דער פֿאָטאָ־קינסטלער אַרקאַדי יאַגודאַיעוו

Arkady Yagudaev's Art Photography

אַרקאַדי יאַגודאַיעוו
אַרקאַדי יאַגודאַיעוו

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 23, 2016, issue of April 15, 2016.

אַרקאַדי יאַגודאַיעוו, אַ באַקאַנטער געוועזענער סאָוועטישער און אַמעריקאַנער פֿאָטאָ־זשורנאַליסט, איז געבוירן געוואָרן דעם 25סטן אַפּריל 1936 אין דער שטאָט בוכאַראַ, אוזבעקיסטאַן, אין אַ משפּחה פֿון בוכאַרישע ייִדן. אינגיכן וועט ער פּראַווען זײַן 80־יאָריקן יוביליי.

יאַגודאַיעוו האָט זיך אָפּגעזאָגט צו ווערן אַ שערער, לויט דער משפּחה־טראַדיציע פֿון זײַן טאַטן. ער האָט באַשלאָסן צו זײַן אַ קינאָ־אָפּעראַטאָר, זיך געלאָזט קיין מאָסקווע, איז געוואָרן אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן דאָקומענטאַריסט ראָמאַן קאַרמען אינעם סאָוועטישן מלוכישן הויפּט־אינסטיטוט פֿון קינעמאַטאָגראַפֿיע (VGIK). ווען יאַגודאַיעוו האָט פֿילמירט אַ דאָקומענטאַר וועגן אַ גאַז־אויפֿרײַס, איז ער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת אַ שׂרפֿה. זײַן ראיה איז קאַליע געוואָרן, און ער האָט געמוזט אויסקלײַבן אַן אַנדער פּראָפֿעסיע — צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָטאָגראַף.

זײַנע פֿאָטאָ־רעפּאָרטאַזשן, קאָלאַזשן און רעקלאַמע־פֿאָטאָגראַפֿיעס קאָן מען טרעפֿן כּמעט אין אַלע באַקאַנטע סאָוועטישע זשורנאַלן און צײַטונגען. אין יאַגעדאַיעווס פֿאָטאָ־כראָניק זענען געליבן בילדער פֿון אַלע גרויסע געשעענישן אין דער סאָוועטישער געשיכטע, אָנהייבנדיק פֿונעם ערשטן מאָסקווער יוגנט־פֿעסטיוואַל, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1957, ביז די לעצטע יאָרן פֿון דער „פּערעסטרויקע‟, ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן.

יאַגודאַיעווס ריזיקער שעפֿערישער באַגאַזש באַשטייט פֿון כּלערליי זשאַנער און נעמט אַרום פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע זינגער און אַקטיאָרן, פּאָעטן, שרײַבער, מוזיקאַנטן, מלוכישע פֿירער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, פּאָליטיקער, ספּאָרטלער, געשעפֿטס־לײַט. פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון טאָג־טעגלעכע סצענעס, נאַטור און אַרכיטעקטור האָט זיך אים אָפֿט אײַנגעגעבן צו מאַכן פֿון אַ חידושדיקן קוקווינקל.

אינעם יאָר 1992 האָט דער פֿאָטאָגראַף זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און אָנגעהויבן צו פֿאָטאָגראָפֿירן די גרויסע אַמעריקאַנער שטאָט. אין אַמעריקע האָט יאַגודאַיעוו ווײַטער ממשיך געווען צו פֿאָטאָגראַפֿירן באַרימטע פּערזענלעכקייטן, ווי אויך הונדערטער געשעענישן, אונטערנעמונגען און פֿײַערונגען. באַזונדערס האָט ער ליב צו פֿאָטאָגראַפֿירן אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ישׂראל און צו זײַן באַליבטער בוכאַרישער קהילה. אין ניו־יאָרק וווינען צענדליקער טויזנט פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער עדה; דער ראַיאָן פֿאָרעסט־הילס אין קווינס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גאַנצן בוכאַריש־ייִדישן אינדזל. אַ סך פֿון זײַנע אוניקאַלע בילדער האָט ער געמאַכט ספּעציעל פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟.

יעדן אינדערפֿרי, קומט יאַגודאַיעוו אַרויס פֿון דער היים מיט זײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, וועלכן ער באַטראַכט ווי דאָס „דריטע אויג‟, און הייבט אָן „אָפּשטעלן די רגעס‟ פֿונעם ניו־יאָרקער לעבן. פֿאַרשטייט זיך, הײַנט האָט זיך דער פֿאָטאָגראַף צוגעוווינט צו דער נײַער דיגיטאַלישער טעכנאָלאָגיע, וואָס דערמעגלעכט צו מאַכן טויזנטער בילדער, נישט פּטרנדיק די טײַערע פֿאָטאָ־מאַטעריאַלן. זײַן סטיל איז אָבער געבליבן דער זעלבער, ווי מיט 60 יאָר צוריק: קודם־כּל, אינטערעסירן אים לעבעדיקע מענטשן און דער שטראָם פֿונעם מענטשלעכן לעבן.

ווען אַ מענטש קלײַבט אויס זײַן פֿאַך און אָרט אינעם לעבן, טרעפֿט זיך צומאָל, אַז דער גורל אַליין שטעלט אים אין אַ סיטואַציע, וואָס אַנטפּלעקט זײַן נאַטירלעכן טאַלאַנט. מע קאָן זאָגן, אַז אַרקאַדי יאַגודאַיעוו איז צווישן אַזעלכע יחידים.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4