„אין ייִדיש‟ — אַ נײַער פֿרומער בלאָג

'In Yiddish': New Hasidic Blog

דאָס אינטערנעץ־פּנים פֿונעם נײַעם בלאָג
דאָס אינטערנעץ־פּנים פֿונעם נײַעם בלאָג

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 24, 2016, issue of April 15, 2016.

נישט לאַנג צוריק, אין מאַרץ, האָט זיך אויף דער אינטערנעץ באַוויזן אַ נײַער בלאָג מיטן נאָמען „אין ייִדיש‟ — //inyiddish.wordpress.com — וואָס רופֿט זיך אַליין אָן אינמיטן דעם הויפּט־זײַטל „היימיש קארנער דאטקאם‟.

ס׳זעט אויס, אַז דער פֿרומער מחבר פֿון אַזאַ געמישטער ענגליש־ייִדישער פֿראַזע באַטראַכט די ענגלישע פֿאַרקירצונג com מיט אַ פּינטל ווי אַ סינאָנים פֿון אַ וועבזײַט בכלל, הגם טעכניש איז בלויז איינער פֿון די פּאָפּולערסטע דאָמען־נעמען פֿון דער העכסטער מדרגה אויף דער אינטערנעץ. אַזוי צי אַזוי, דערקלערט דער מחבר זײַנע כּוונות און שילדערט אַ ליסטע פֿון עטלעכע פֿרומע מוזיק־אַלבאָמען אויף ייִדיש, באַגלייט מיט פֿאַררופֿונגען אויף די אינטערנעץ־קראָמען, וווּ מע קאָן זיי קויפֿן.

איין ניגון, וואָס דער בלאָגער לייגט פֿאָר אויסצוהערן אויפֿן „יוטוב‟, טראָגט דעם קאָמישן נאָמען „שיר־השמאַטע‟ מיט די ווערטער פֿון הרבֿ צבֿי־מאיר זילבערבערג — אַ באַקאַנטער ברוקלינער ייִד, וועלכער וווינט הײַנט אין ירושלים, וווּ ער פֿירט אַן אייגענע רביסטווע.

„טאַטע, טאַטע, טאַטע, איך וויל זײַן אַזוי ווי אַ שמאַטע‟, זינגט מיט אַ שטאַרקן ישׂראלדיקן אַקצענט דער הויפּט־זינגער, יונתן ניצן (ניצאַן), אונטער זײַן אייגענעם עלעקטראָנישן אַקאָמפּאַנעמענט, בשותּפֿות מיטן זינגער יצחק מאיר. ווײַטער ווערט אינעם ליד דערקלערט אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש, אַז כּדי צו ברענגען די גאולה, דאַרף אַ ייִד זיך באַטראַכטן ווי גאָרנישט מיט נישט פֿאַרן רבונו־של־עולם.

דער נײַער בלאָגער דערקלערט, אַז ער האָט אויסגעקליבן די בעסטע ניגונים לכּבֿוד פּורים, כּדי צו דערקלערן זײַנע לייענער, וואָסערע אַלבאָמען איז כּדאַי, לויט זײַן געשמאַק, צו שפּילן בײַ דער פּורימדיקער שיכּורער שׂימחה. די קאָמפּאַקטלעך אין דער רשימה זענען באַקאַנט און ברייט פֿאַרשפּרייט אין באָראָ־פּאַרק און אַנדערע פֿרומע געגנטן פֿון ברוקלין. אַ טייל פֿון די לידער קאָן מען געפֿינען אויפֿן „יוטוב‟. אַלע אַלבאָמען אין דער רשימה שטעלן מיט זיך פֿאָר מאָדערנע מוסטערן פֿון עלעקטראָנישער פּאָפּ־מוזיק, לאַוו־דווקא אַן אינטערעסאַנטע סחורה פֿאַר אַ מוזיקאַלישן פֿײַנשמעקער.

ווי דער שטייגער איז בײַ אַ סך הײַנטיקע פֿרומע נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער, איז דעם בלאָגערס ייִדיש ביז גאָר אויסגעמישט מיט ענגלישע ווערטער און גאַנצע פֿראַזעס. פֿאַר אַ מענטש, וואָס קען נישט קיין ענגליש, איז אַזאַ לשון שווער צו פֿאַרשטיין. אין דער צוקונפֿט, קלײַבט ער זיך אויף זײַן בלאָג אַרויסצוהעלפֿן „די היימישע אנליין אידענטאם פון בויען א לינק דעיטע בעיס פאר אלע היימישע ביזנעסער און סערוויסעס אנליין‟. דאָס מיינט, אַז ער וויל זאַמלען און אויסשטעלן די אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלע געשעפֿטן פֿון חסידישע ייִדיש־רעדער.