נאָך אַ גרופּע תּימנער פֿאָרן אַוועק

Yemeni Jews: Declining Further

„פּרקי־אָבֿות‟ אין אַן אַלטן תּימנער סידור מיט אייגנאַרטיקע נקודות; אַ ייִד קומט פֿון תּימן קיין ירושלים, דעם 21סטן מאַרץ.
Getty Images/Wikipedia
„פּרקי־אָבֿות‟ אין אַן אַלטן תּימנער סידור מיט אייגנאַרטיקע נקודות; אַ ייִד קומט פֿון תּימן קיין ירושלים, דעם 21סטן מאַרץ.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 25, 2016, issue of April 15, 2016.

עס באַקומט זיך, אַז אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך ריכטיק פֿאָרויסגעזאָגט די צוקונפֿט פֿון די תּימנער ייִדן. די „סוכנות‟ האָט דורכגעפֿירט אַ געהיימע אָפּעראַציע און געבראַכט דעם 20סטן מאַרץ 19 ייִדישע פּליטים פֿון תּימן קיין ירושלים. בערך 50 ייִדן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאָרן און באַשלאָסן צו בלײַבן אין תּימן. עס קאָן זײַן, אַז זיי האָפֿן צו קומען דורך די סאַטמאַרער חסידים קיין ניו־יאָרק.

אַחוץ דער אייגנאַרטיקייט און אַלטער געשיכטע פֿון דער תּימנער עדה, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז זי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ טיפֿן און געראָטענעם ייִדיש־אַראַבישן קולטור־סינטעז. אין דער הײַנטיקער וועלט איז עס נישט בלויז אַ קולטורעלער, נאָר זייער אַ באַלערנדיקער געזעלשאַפֿטלעכער און אַפֿילו פּאָליטישער אוצר.

אַמאָל האָט זיך אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן תּימן געפֿונען אַ ייִדיש לאַנד. אָנהייבנדיק פֿונעם פֿערטן יאָרהונדערט, האָבן די מלכים פֿונעם ממכות־חמיר (כימיאַר) זיך מגייר געווען און דערקלערט ייִדישקייט ווי די מלוכישע רעליגיע. לויט דער לעגענדע, האָט דער קיניג טובאַ אַבו קאַריבאַ אַסאַד איבערגענומען די שטאָט יאַטריב און אָנגעשטעלט זײַן זון צו דינען דאָרטן ווי אַ גובערנאַטאָר, כּדי צו באַשיצן די געגנט פֿון דער קריסטלעכער ביזאַנטישער השפּעה.

מיט עטלעכע טעג שפּעטער, האָבן די יאַטריבער תּושבים דערהרגעט דעם נײַעם פֿירער. אין גרימצאָרן, האָט אַבו קאַריבאַ באַשלאָסן צו מאַכן פֿון דער שטאָט אַ סוף. צוויי אָרטיקע ייִדן האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן אָפּצושמועסן מיטן אויפֿגעבראַכטן מלך און איבערצײַגן אים צו ווערן אַ ייִד, צוזאַמען מיט זײַן גאַנצער אַרמיי.

איינער פֿון די גרים, אַבו קאַריבאַס פּלימעניק כאַריט איבן־אימרו, איז געוואָרן דער נײַער גובערנאַטאָר פֿון יאַטריב — הײַנט באַקאַנט ווי מעדינע — און מעקע. די דאָזיקע צוויי שטעט זענען שפּעטער געוואָרן די הייליקסטע וועלט־צענטערס פֿון איסלאַם. די ייִדישע השפּעה האָט פֿאַקטיש צוגעגרייט אויפֿן סאַודישן האַלב־אינדזל דעם באָדן פֿאַר דער שפּעטערדיקער מאָנאָטעיִסטישער רעליגיע. ווען מוכאַמאַד האָט אָנגעהויבן פּרעדיקן זײַן תּורה, האָט זי אויסגעזען ענלעך צו דער ייִדישער אמונה, וועלכע איז געבליבן פּאָפּולער אינעם ראַיאָן במשך פֿון דורות. עס באַקומט זיך, אַז די תּימנער ייִדן האָבן געשפּילט אַ גלאָבאַלע ראָלע אינעם אויפֿקום פֿון איסלאַם.

די ייִדישע מלכים פֿון תּימן האָבן שטרעגט פֿאַרווערט די ביזאַנטישע מיסיאָנערישע טעטיקייט אין זייער לאַנד, כּדי צו בלײַבן פּאָליטיש אומאָפּהענדיק. אינעם יאָר 525 האָט אָבער די קריסטלעכע אַרמיי פֿון עטיאָפּיע זיך אַרײַנגעריסן קיין תּימן און פֿאַרטריבן דעם לעצטן ייִדישן קיניג, יוסף דו נוּוואַס. די ייִדישע השפּעה איז פֿאָרט געבליבן שטאַרק אויפֿן אַראַבישן האַלב־אינדזל.

מסתּמא, האָבן די דאָזיקע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם קולטור־סימביאָז, וועלכער האָט ביז לעצטנס געבליט אין תּימן. לויטן טראַדיציאָנעלן תּימנער ייִדישן מינהג, דאַוונט מען באָרוועס אויף אַ טעפּעך, און מע בוקט זיך צו דער ערד בײַם תּחנון. דאָס איז לאַוו־דווקא אַ מוסולמענישע השפּעה. פֿאַרקערט, אַ טייל מיטל־עלטערלעכע רבנים און הײַנטיקע פֿאָרשער גלייבן, אַז די מוסולמענער האָבן ממשיך געווען די אַלטע אָרטיקע ייִדישע טראַדיציע.

בײַם לייענען די ספֿר־תּורה אין דער שיל, טײַטשן די תּימנער יעדן פּסוק אָפּ אויף לשון־תּרגום און אַראַביש, לויט סעדיה גאָונס איבערזעצונג פֿונעם 10טן יאָרהונדערט. יעדער לייענט די תּורה אַליין, אָן אַ בעל־קורא. אין תּימן איז די אַראַבישע תּורה־איבערזעצונג אָנגענומען ווי אַ וויכטיקער הייליקער ספֿר.

אַ סך תּימנער פּיוטים און חתונה־שירות זענען אָנגעשריבן אויף אַ געמיש פֿון לשון־קודש און אַראַביש, אָדער סתּם אויף אַראַביש, פֿאַרשריבן מיטן ייִדישן אַלף־בית. אַחוץ די פּאָעטישע ווערק, האָבן די תּימנער רבנים און פֿילאָסאָפֿן געשאַפֿן זייער אַ רײַכע און טיפֿע ייִדיש־אַראַבישע ליטעראַטור.