לידער אויף רבֿקה באַסמאַנס ווערטער אין תּל־אָבֿיבֿ

Songs with Rivka Basman's Lyrics in Tel Aviv

יעל איצקאָוויטש זינגט אַ ליד אויף לאַדינאָ מיטן גיטאַריסט יוחאי ברעם
יעל איצקאָוויטש זינגט אַ ליד אויף לאַדינאָ מיטן גיטאַריסט יוחאי ברעם

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 25, 2016, issue of April 15, 2016.

דעם 2טן אַפּריל וועט די זינגערין יעל איצקאָוויטש אויפֿטרעטן אינעם תּל־אָבֿיבֿער קלוב „יונג ייִדיש‟ מיט אַ קאָנצערט פֿון אירע לידער אויף די ווערטער פֿון דער באַקאַנטער ייִדישער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מוצאי־שבת, 8 אַזייגער אין אָוונט.

צוזאַמען מיט דער זינגערין, וועלן אויפֿטרעטן דער פּיאַניסט טל קוך, דער באַסיסט טל קוהן (קון) און וויאָלאָנטשעליסט אודי וועבער. קוך איז אויך באַקאַנט ווי טענאָר־זינגער און אַן אַקטיאָר פֿונעם טעאַטער „הבימה‟.

איצקאָוויטש איז באַקאַנט ווי אַ זינגערין פֿון קלאַסישער מוזיק און אַ קאָמפּאָזיטאָרין. אַ געבוירענע אין ישׂראל, האָט זי זיך געלערנט אין דער ירושלימער „אַקאַדעמיע פֿון מוזיק און טאַנץ אויפֿן נאָמען פֿון רובין‟. נאָכן גראַדויִרן, איז זי געוואָרן אַ מיטגלידערין פֿון דער אָפּערע־סטודיע פֿון וויקטאָריע, קאַנאַדע. דערנאָך האָט זי זיך באַטייליקט אינעם דײַטשישן „מוזיק־טעאַטער אים רעוויר‟ — אַ באַקאַנט אָפּערע־, טעאַטער־ און באַלעט־הויז אין דער שטאָט געלזענקירכען. אין ישׂראל, בלײַבט זי אַ טייל פֿון מירנע הערצאָגס וואָקאַלישער גרופּע VOCE PHOENIX. הערצאָג איז אַ פּראָמינענטע בראַזיליש־געבוירענע ישׂראלדיקע מוזיקאַנטין. איצקאָוויטש איז אויך פֿריִער אויפֿגעטראָטן מיטן ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.

זי האָט זיך אויך באַטייליקט קאָנצערטן מיט פֿילהאַרמאָנישע אָרקעסטערס אין פֿאַרשיידענע ערטער אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט קאַנאַדע, דײַטשלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זי באַווײַזט זיך כּסדר אויף דעם ישׂראלדיקן מוזיקאַלישן ראַדיאָ „קול המוסיקה‟ און אויף דער דײַטשישער טעלעוויזיע־סטאַנציע WDR.

לעצטנס, האָט איצקאָוויטש געשאַפֿן אַ סך לידער אויף די ווערטער פֿון באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט חיים־נחמן ביאַליק. פֿאַר אירע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען אויפֿן סמך פֿון רבֿקה באַסמאַנס פּאָעזיע האָט איצקאָוויטש שוין געוווּנען אַ צאָל פּריזן. אין אירע שאַפֿונגען, פֿלעכט די קאָמפּאָזיטאָרין צונויף די סטילן און זשאַנערס פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות.

מיט אַ חודש צוריק, איז איצקאָוויטש אויפֿגעטראָטן אינעם תּל־אָבֿיבֿער „יונג ייִדיש‟ מיט אַן אַנדער קאָנצערט פֿון טראַדיציאָנער לידער אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ייִדיש, לאַדינאָ און ייִדיש־פּערסיש.

דער קלוב „יונג ייִדיש‟ איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1993 דורכן באַקאַנטן זינגער און ייִדיש־טוער מענדי קאַהאַן. די אָרגאַניזאַציע באַשטייט פֿון צוויי צענטערס, אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. דער תּל־אָבֿיבֿער אָפּטייל איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די גרעסטע און וויכטיקסטע ייִדיש־צענטערס אינעם לאַנד.