דער אומאַנער דיבוק

Ghosts of Uman

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 27, 2016, issue of April 15, 2016.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/191035/, http://yiddish2.forward.com/node/1616)

דעם 30סטן מאַרץ וועט בעת דעם אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל בײַם אוניווערסיטעט קאַרנעגי־מעלאָן אין פּיצבורג, פֿאָרקומען אַ פּרעמיערע פֿונעם פֿילם „דער דיבוק, אַ מעשׂה פֿון בלאָנדזשענדיקע נשמות‟ — אַ דאָקומענטאַר וועגן די חסידישע נסיעות קיין אומאַן אויף ראָש־השנה פֿונעם פּוילישן רעזשיסאָר קשישטאָף קאָפּטשינסקי. אַ טייל פֿון די שמועסן אינעם פֿילם ווערן געפֿירט אויף ייִדיש.

אינעם פֿילם ווערט געוויזן, ווי אַזוי די יערלעכע חסידישע נסיעות אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ עס ליגט באַערדיקט דער באַרימטער צדיק רבי נחמן בראַצלעווער, האָט אַרויסגערופֿן אַ קאָנפֿליקט צווישן די פֿרומע פּילגרימען און די רעכטע אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן. די סצענעס זענען פֿילמירט געוואָרן גלײַך פֿאַרן פּאָליטישן איבערקערעניש אין אוקראַיִנע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין נאָוועמבער 2013.

אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿעסטיוואַל ווערט דערקלערט, אַז רבי נחמן איז געבוירן געוואָרן פֿיר יאָר נאָך 1768, ווען בעת אַ גרויסן אויפֿשטאַנד פֿון דעם קאַזאַקישן פֿירער איוואַן האָנטאַ און מאַקסים זשעלעזניאַק, אַ ראָש פֿון די אויפֿשטענדלער־הײַדאַמאַקן, זענען אין אומאַן פֿאַרטיליקט געוואָרן ביז 20,000 טויזנטער ייִדן און פּאָליאַקן. ס׳רובֿ היסטאָריקער מיינען אָבער, אַז אין דער אמתן זענען בעת דער טרויעריק־באַרימטער אומאַנער רציחה אומגעקומען „בלויז‟ 2,000 מענטשן. האָט דער חסידישער צדק געהייסן פֿאַר זײַן פּטירה צו באַערדיקן אים אין אומאַן.

לויט דער וועבזײַט פֿונעם קינאָ־פֿעסטיוואַל, פֿאַרזאַלמען זיך די חסידים פֿון 70 פֿאַרשיידענע ערטער. דער חסידישער יערלעכער טוריזם דינט ווי אַ גרויסער געלט־קוואַל פֿאַר דער שטאָטישער עקאָנאָמיע. די נאַציאָנאַליסטישע „פֿרײַהייט־פּאַרטיי‟ איז אָבער נישט צופֿרידן מיטן יערלעכן אָנקום פֿון די אויסלענדער און באַשולדיקן די אָרטיקע מוניציפּאַליטעט אין קאָרופּציע. כּדי אויפֿצורעגן די חסידים, האָבן די נאַציאָנאַליסטן אויפֿגעשטעלט אַ ריזיקן קרייץ בײַ דער אָזערע, וווּ עס קומט יעדן ראָש־השנה אָן די גרעסטע גרופּע חסידים.

אינעם פֿילם ווערט אויך געוויזן, אַז אין בראַצלעוו, וווּ רבי נחמן האָט געוווינט פֿאַרן אַריבערפֿאָרן אין זײַנע לעצטע יאָרן קיין אומאַן, וווינט איינער אַן אָרעמער מענטש מיטן נאָמען וולאַדימיר, וועלכער באַציט זיך גאַנץ פֿרײַדלעך צו דעם ריזיקן אויסלענדישן עולם, וואָס באַזוכט פֿון צײַט צו צײַט זײַן שטאָט. זײַן הויז שטייט אויפֿן אָרט, וווּ רבי נחמן האָט איבערגעגעבן זײַנע תּורות צו זײַן עיקר־תּלמיד, רב נתן שטערנהאַרץ, וועלכער האָט זיי פֿאַרשריבן.

פֿאַרוואָס טראָגט דער נײַער פּוילישער פֿילם, געשאַפֿן אין 2015, דעם נאָמען „דער דיבוק‟? אינעם דאָקומענטאַר ווערט כּסדר געוויזן דער אַלטער בית־עולם, די היסטאָרישע שיל און אַנדערע אַמאָליקע ייִדישע ערטער. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אומצאָליקע ייִדישע נשמות פֿון אַמאָל באַגלייטן דעם צוקוקער פֿונעם פֿילם. אַזוי ווערט דערקלערט אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 17טן מאַרץ און וועט זיך ענדיקן דעם 3טן אַפּריל.

דער רעזשיסאָר, ד״ר קשישטאָף קאָפּטשינסקי, איז אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿונעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, האָט שוין געשאַפֿן 50 דאָקומענטאַלע פֿילמען, וואָס האָבן געוווּנען בערך 130 פּרעמיעס. זײַן „דיבוק‟ האָט געוווּנען אַ פּריז אויף דעם אָדעסער אינטערנאַציאָנאַלן קינאָ־פֿעסטיוואַל און אויפֿן קראָקעווער קינאָ־פֿעסטיוואַל פֿון 2015.

דער אינטערנאַציאָנאַלער קינאָ־פֿעסטיוואַל בײַם אוניווערסיטעט קאַרנעגי־מעלאָן, איינער פֿון די חשובֿסטע אוניווערסיטעטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז געגרינדעט געוואָרן אין 2006.