דער פֿאַרמעסט פֿון פּורים־מאַסקעס

Purim Mask Contest

מאַסקעס פֿון דער הײַנטיקער אויסשטעלונג אינעם שטאָטישן „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט אויפֿן נאָמען פֿון שערווין מילער‟
מאַסקעס פֿון דער הײַנטיקער אויסשטעלונג אינעם שטאָטישן „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט אויפֿן נאָמען פֿון שערווין מילער‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 27, 2016, issue of April 15, 2016.

אין דער שטאָט טאָלסע, אָקלאַהאָמע, וועט דעם 17טן אַפּריל פֿאָרקומען אַ צערעמאָניע, בעת וועלכער די שאַפֿער פֿון די בעסטע פּורים־מאַסקעס וועלן באַקומען אַ פּריז. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען דעם לעצטן טאָג פֿון דער אויסשטעלונג אינעם „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט אויפֿן נאָמען פֿון שערווין מילער‟.

http://jewishmuseum.net/tenth-annual-purim-mask-invitational/

די אויסשטעלונג האָט זיך אָנגעהויבן דעם 10טן מאַרץ. הונדערטער שול־קינדער אין דער געגנט אַרום דער שטאָט האָבן אָפּגעגעבן זייערע פּורים־מאַסקעס. די בעסטע וועט בלײַבן אינעם מוזיי ווי אַ שטענדיקער עקספּאָנאַט. לויט די כּללים פֿונעם פֿאַרמעסט, מעגן די מאַסקעס האָבן וועלכן־ניט־איז סטיל, כּל־זמן מע קאָן זיי אי אָנטאָן, אי אויפֿהענגען אויף דער וואַנט. זיי טאָרן נישט אָבער זײַן ברייטער אָדער העכער ווי 24 צאָל (אינטשעס) און מוזן געמאַכט ווערן פֿון אומשעדלעכע מאַטעריאַלן. אָרגאַנישע מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען גרינג פֿאַרפֿוילט ווערן, טויגן אויך נישט.

די אָרגאַניזאַטאָרן דערקלערן, אַז דורך דער יערלעכער אויסשטעלונג, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אינעם מוזיי צום 10טן מאָל, האָפֿן זיי צו באַקענען די קינדער מיט די ייִדישע טראַדיציעס בכלל און דעם יום־טובֿ, פּורים, בפֿרט. כּדי צו באַטייליקן זיך אינעם פֿאַרמעסט, האָבן די קינדער געמוזט קלאָר אָנשרײַבן אויף דער הינטערשטער זײַט פֿון זייערע שאַפֿונגען זייערע נעמען און אין וועלכע שולן און קלאַסן זיי לערנען זיך.

אינעם דאָקומענט, וווּ עס ווערן דערקלערן די כּללים פֿונעם פֿאַרמעסט, דערציילן די מוזיי־באַאַמטע אויף אַ פּשוטן אופֿן די מעשׂה פֿון פּורים, אַז המן־הרשע, וועלכער האָט פּלאַנירט אויסצוהרגענען אַלע ייִדן, איז אַליין דערהרגעט געוואָרן, און מרדכי־הצדיק האָט פֿאַרנומען זײַן פּאָזיציע און אַחשוורושס מלכות. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן צו, אַז אין דער ייִדישער טראַדיציע איז נישטאָ קיין בפֿירושע מיצווה צו מאַכן פּורים־מאַסקעס. פֿונדעסטוועגן, איז עס אַ פֿאַרשפּרייטער טשיקאַווער מינהג.

די מחברים פֿונעם דאָקומענט גיבן צו, אַז דאָס מגילה־לייענען פֿאַרשלעפּט זיך אין געוויסע שילן אויף אָנדערהאַלבן שעה, ווײַל די קינדער הייבן אָן צו מאַכן אַ גרויסן רעש מיט די גראַגערס און אַנדערע שפּילעכלעך, נישט דערלאָזנדיק דעם בעל־קורא ממשיך צו זײַן. אין דער שילדערונג פֿון די פּורימדיקע טראַדיציעס פֿאַרן אַמעריקאַנער קינדישן עולם, מײַדן זיי אָבער אויס דעם ענין פֿון „עד דלא ידע‟, טרינקען אַזוי פֿיל משקה, ביז מע ווייסט נישט דעם אונטערשייד צווישן מרדכי הצדיק און המן הרשע.

די מאַסקעס, וואָס ווערן איצט אויסגעשטעלט אינעם מוזיי, האָט מען געזאַמלט נאָך אין פֿעברואַר. אַחוץ דעם פּריז פֿונעם זשורי, וואָס באַשטייט פֿון אָרטיקע קונסט־מומחים, וועלן די געווינער באַקומען אַ באַזונדערע באַלוינונג לויט דער מיינונג פֿונעם עולם אויפֿן „פֿייסבוק‟, וווּ עס ווערן געוויזן, אין אַ קורצן 15־סעקונדיקן ווידעאָ־קליפּ, 200 פֿון די 235 אויסגעשטעלטע מאַסקעס. אויף דער „פֿייסבוק‟־זײַט פֿונעם מוזיי זענען אויך אויסגעשטעלט פּרטימדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַלע מאַסקעס, מיט דער אינפֿאָרמאַציע וועגן זייערע שאַפֿער.

הגם אָקלאַהאָמע בכלל און די שטאָט טאָלסע בפֿרט זענען נישט צווישן די גרויסע ייִדישע צענטערס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז דער „מוזיי פֿון ייִדישער קונסט אויפֿן נאָמען פֿון שערווין מילער‟, געגרינדעט אין 1966, גוט באַקאַנט אינעם לאַנד. די עקספּאָנאַטן געפֿינען זיך אינעם בנין פֿון דער אָרטיקער סינאַגאָגע „בני־אמונה‟. לויטן חשבון פֿונעם יאָר 2014, וווינען אין אָקלאַהאָמע 4,625 ייִדן, וואָס באַטרעפֿט בלויז 0.1 פּראָצענט פֿון דער שטאַט־באַפֿעלקערונג. אַחוץ „בני אמונה‟, איז אין טאָלסע פֿאַראַן אַ ליובאַווישער בית־חב״ד. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם מוזיי שטרעבט צו באַקענען די אַלגעמיינע תּושבֿים פֿון דער שטאָט און דער אַרומיקער געגנט, לאַוו־דווקא ייִדן, מיט דער יסודות פֿון דער ייִדישער געשיכטע און קולטור.