דער 112־יעריקער פֿרומער לעבן־געבליבענער פֿון אוישוויץ

112-year-old Pious Auschwitz Survivor

ישׂראל קרישטאָל ווײַזט דעם צערטיפֿיקאַט פֿון „גינעס‟, וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. מיט אים איז דער שעף פֿון רעקאָרדן בײַ „גינעס‟, מאַרקאָ פֿריגאַטי
Courtesy of guinnessworldrecords.com
ישׂראל קרישטאָל ווײַזט דעם צערטיפֿיקאַט פֿון „גינעס‟, וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט. מיט אים איז דער שעף פֿון רעקאָרדן בײַ „גינעס‟, מאַרקאָ פֿריגאַטי

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 27, 2016, issue of April 15, 2016.

ווען ישׂראל קרישטאָל איז געווען אַ קליין קינד האָט מען זיך דערוווּסט אין זײַן שטעטל זשאַרנעוו, אַרום 50 מײַל אַוועק פֿון לאָדזש, אַז עס געפֿינט זיך אַן אויטאָ אין אַ דערבײַיִקן שטעטל. קיינער אין זשאַרנעוו האָט קיינמאָל ניט געזען קיין אויטאָ און ווען עס האָט זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, איז דאָס ייִנגעלע, צוזאַמען מיט אַ גרופּע זשאַרנעווער ייִדן, געגאַנגען 22 מײַל צו פֿוס, כּדי צו זען די נײַע טעכנאָלאָגיע. ווען דאָס ייִנגעלע האָט סוף־כּל־סוף דערזען דעם אויטאָ האָט ער אַרויסגערופֿן אַ צעמישטער: „אָבער וווּ זענען די פֿערד?‟ הײַנט, מיט מער ווי הונדערט יאָר שפּעטער, נאָכן איבערלעבן צוויי וועלט־מלחמות און דעם פֿאַרטילקונגס־לאַגער אוישוויץ, וווינט ישׂראל קרישטאָל אין חיפֿה, וווּ דאָס „גינעס־בוך פֿון וועלט־רעקאָרדן‟ האָט אים לעצטנס דערלאַנגט אַ צערטיפֿיקאַט וואָס באַשטעטיקט, אַז ער איז דער עלטסטער מאַן אויף דער וועלט.

ישׂראל קרישטאָל איז געבוירן געוואָרן מיט 112 יאָר צוריק, דעם 15טן סעפּטעמבער 1903, אין אַ דערפֿעלע מיטן נאָמען מאַלעניץ, וואָס געפֿינט זיך לעבן דעם שטעטל זשאַרנעוו, וואָס איז צו יענער צײַט געלעגן אין די גרענעצן פֿון דער צאַרישער אימפּעריע. אַחוץ אויטאָס, האָט דאָס שטעטל אין קרישטאָלס קינדער־יאָרן אויך ניט פֿאַרמאָגט קיין עלעקטריע, שוין אָפּגערעדט פֿון טעלעפֿאָנען. עס האָט אָפֿט געדויערט אַ יאָר, ביז די ייִדן אין זשאַרנעוו האָבן באַקומען אַן ענטפֿער אויף די בריוו, וואָס זיי האָבן געשיקט קיין אַמעריקע.

די וועלט איז הײַנט דאָך גאַנץ אַנדערש און די ידיעות פֿאַרשפּרייטן זיך איצט בליץ־שנעל. ווען איך האָב אָנגעשריבן אַ נאָטיץ אין „פֿאָרווערטס‟ מיט אַנדערהאַלבן חודשים צוריק, אַז „גינעס‟ און „די גערענטאָלאָג־פֿאָרש־גרופּע‟ האַלטן אין זוכן דאָקומענטן, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז קרישטאָל איז טאַקע אַזוי אַלט ווי ער זאָגט, האָט ער אַליין געלייענט דעם אַרטיקל אין ישׂראל פֿון אַ פּאַפּירענעם עקזעמפּלאַר פֿון אונדזער צײַטונג. וועגן דעם האָב איך זיך דערוווּסט, ווײַל אורן קרישטאָל, ישׂראלס אַן אייניקל, האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט מיר דורך „פֿייסבוק‟. אַ פּאָר וואָכן שפּעטער, נאָך דעם וואָס „גינעס‟ האָט אַנאָנסירט, אַז ישׂראל קרישטאָל איז טאַקע דער עלטסטער מענטש אויף דער וועלט, וועמענס עלטער מע קען באַשטעטיקן, האָט אורן קרישטאָל מיר ווידער געשריבן. דורך אים האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט זײַן פֿאָטער חיים, כּדי צו רעדן וועגן דעם אויסערגעוויינטלעכן לעבן פֿון ישׂראל קרישטאָל.

אַז עס גייט די רייד וועגן עמעצן, וואָס האָט דערלעבט צו אַזאַ חשובֿן עלטער, איז שווער אויסצומײַדן די גאָר באַנאַלע פֿראַגע: ווי אַזוי האָט דער מענטש דערלעבט ביז 112? דאָס דערגרייכן אַזאַ עלטער איז שוין גאָר אַ זעלטענע זאַך אַפֿילו אין די סאַמע בעסטע אומשטענדן. ווי אַזוי קומט עס, אַז אַ מענטש ווי קרישטאָל, וואָס האָט איבערגעלעבט אַזוי פֿיל שוועריקייטן און טראַגעדיעס, זאָל דאָס באַווײַזן? ווען איך האָב געשטעלט די פֿראַגע חיים קרישטאָלן האָב איך באַקומען צוויי ענטפֿערס: זײַן אייגענע דערקלערונג, ווי אויך ישׂראלס פּירוש אויף דעם. חיים, אַ דאָקטער בײַם פֿאַך, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן פֿרום אָבער איז מער ניט רעליגיעז, דערקלערט זײַן פֿאָטערס אַריכות־ימים מיט גרונטלעכע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַקטן. קודם־כּל זעט עס אויס ווי די משפּחה קרישטאָל געניסט פֿון גאָר גוטע גענעס: ישׂראלס באָבע איז געבוירן געוואָרן אינעם 18טן יאָרהונדערט און אַנדערע קרובֿים זענען געווען בני־תּשעים און אַפֿילו עלטער.