בלויז 473 גענען

Just 473 Genes

די נײַע קינסטלעך קאָנסטרויִרטע באַקטעריעס מיט בלויז 473 גענען
די נײַע קינסטלעך קאָנסטרויִרטע באַקטעריעס מיט בלויז 473 גענען

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 29, 2016, issue of April 15, 2016.

אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט צירקולירט די לעגענדע, לויט וועלכער דער סאָוועטישער ביאָלאָג און אַגראָנאָם טראָפֿים ליסענקאָ האָט בשום־אופֿן נישט געגלייבט אין גענעטיק און געטענהט, אַז ס׳איז נישט קיין עכטע וויסנשאַפֿט, נאָר „אַ ביליקע קורווע פֿון אימפּעריאַליזם‟. געוויסע סאָוועטישע גענעטיקער זענען אַרעסטירט און אַפֿילו דערשאָסן געוואָרן פֿאַרן פֿאַרנעמען זיך מיט דער פֿאַרבאָטענער חכמה.

אין דער אמתן, האָט די דערמאָנטע פֿראַזע וועגן דער „קורווע פֿון אימפּעריאַליזם‟ געזאָגט נישט ליסענקאָ, נאָר דער ייִדישער סאַטיריקער אַלכּסנדר כאַזין. די פֿראַזע געפֿינט זיך אין זײַן פּיעסע „די כּישוף־מאַכערס לעבן נאָענט‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 1964.

אַזוי צי אַזוי, האָט איינע פֿון די עיקר־סיבות פֿון אַזאַ טיפֿער נעגאַטיווקייט באַשטאַנען אין דעם, וואָס דער עצם־געדאַנק פֿון דער באַהאַלטענער אינפֿאָרמאַציע, וואָס ווערט איבערגעגעבן דעם מענטש בירושה פֿון דור צו דור, האָט פֿאַר די קריטיקער געקלונגען ווי אַ סכּנותדיקע טעאָריע, און דערצו אַ מיסטישע און מעטאַפֿיזישע. ווי אַזוי קאָנען די צעלן פֿון אַ מענטש געדענקען די סודות וועגן זײַנע עלטערן?

הײַנט ווייסן די וויסנשאַפֿטלער שוין אַ סך וועגן דעם, ווי אַזוי דער גענעטישער קאָד פֿונקציאָנירט. כּמעט קיינער ספֿקט זיך נישט אין דער גענעטישער וויסנשאַפֿט, אָבער דווקא צוליב די טיפֿע ידיעות אינעם דאָזיקן געביט שאַפֿט זיך אַמאָל אַן אײַנדרוק, אַז צומאָל שטעקט אין גענעטיק טאַקע עפּעס אַ סכּנה.

דעם 25סטן מאַרץ האָט דער זשורנאַל Science („וויסנשאַפֿט‟) איבערגעגעבן, אַז אַ גרופּע גענעטיקער האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ לעבעדיקע באַקטעריע מיט אַ מינימאַלן קאָד פֿון בלויז 473 גענען. בסך־הכּל, קאָן מען פֿאַרגלײַכן די גאַנצע גענעטישע אינפֿאָרמאַציע אינעם נײַעם לעבעדיקן אָרגאַניזם מיט דער אַלגעמיינער צאָל אותיות אין אַ נישט אַ צו גרויס ביכל. נישט געקוקט אויף אַזאַ פּשוטן גענעטישן שיפֿער, לעבט די נײַע באַקטעריע, הגם זי פֿאָדערט אַן אידעאַלע לאַבאָראַטאָריע־סבֿיבֿה. די פֿאָרשער האָבן נישט מורא, אַז זייער מיקראָסקאָפּישע באַשעפֿעניש וועט זיך פֿאַרשפּרייטן אין דער דרויסנדיקער וועלט, ווײַל אין דער ווילדער נאַטור וועט זי נישט אויסלעבן.

דער וויסנשאַפֿטלער און געשעפֿטסמאַן קרעג ווענטער, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער נײַער פֿאָרשונג, האָט פֿריִער געגלייבט, אַז מע וואָלט געקאָנט שאַפֿן אַ לעבעדיקן מיקראָ־אָרגאַניזם מיט בלויז 256 גענען. ס׳זעט אויס, אַז למעשׂה פֿאָדערט זיך אַ גרעסערער קאָד, אָבער דער נײַער רעקאָרד דערנעענטערט זיך נאָענט צו דער פֿאָרויסגעזאָגטער ציפֿער.

ס׳רובֿ גענען, וואָס מע האָט איבערגעלאָזט אין דער נײַ־געשאַפֿענער באַקטעריע, פֿירן אויס באַקאַנטע פֿונקציעס; נאָך 149 בלײַבן דערווײַל אַ רעטעניש. מע ווייסט, אַז צוליב אַ געוויסער סיבה זענען זיי נייטיק, אָבער זייערע פֿונקציעס זענען מיסטעריעז. אַזוי צי אַזוי, מערן זיך די קינסטלעך געשאַפֿענע באַקטעריעס אויף אַ געוויינטלעכן אופֿן, ווי די נאַטירלעכע.

אַזעלכע פֿאָרשונגען זענען, אַוודאי, גאָר אינטערעסאַנט און קאָנען ברענגען צו רעוואָלוציאָנערע חידושים אין ביאָלאָגיע און מעדיצין. למשל, אויב עס וועט זיך אײַנגעבן צו פֿאַרשטיין די גענעטישע סודות פֿונעם ראַק, קאָן מען שאַפֿן, אין פּרינציפּ, אַ נײַעם מין טעראַפּיע אָדער אַפֿילו אַ מאָדיפֿיצירטן מענטש, וואָס האָט אַ נאַטירלעכע אימוניטעט, אַזוי ווי אַ הײַפֿיש, קעגן דער מחלה. ס׳איז אָבער אויך פֿאַרשטענדלעך, אַז די עצם־מעגלעכקייט צו קאָנסטרויִרן קינסטלעכע באַקטעריעס און אַנדערע אָרגאַניזמען, וואָס זענען אין דער נאַטור נישט בנימצא, דראָט מיט אַ גרויסער סכּנה. אַ ביסל גענעטיש מאָדיפֿיצירטע תּבֿואות און בעלי־חיים רופֿן שוין אַרויס אַ סך ערנסטע זאָרגן מצד די קריטיקער.