ווען דזשעז האָט זיך געטראָפֿן מיט חזנות

When Jazz Met Cantorial Music

יונתן קליין (אין מיטן) בעת זײַן נײַער רעקאָרדיקונג מיטן „מילקען־אַרכיוו‟
יונתן קליין (אין מיטן) בעת זײַן נײַער רעקאָרדיקונג מיטן „מילקען־אַרכיוו‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 30, 2016, issue of April 15, 2016.

ווי אַ מוזיקאַלישער זשאַנער, איז דזשעז אויפֿגעקומען אין די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער קרײַזן פֿון די דרומדיקע שטאַטן, בפֿרט אין ניו־אָרלין, שטאַט לויִזיאַנע. אין די 1910ער יאָרן האָט אין דער דאָזיקער שטאָט שוין געבליט דער „דיקסילענד‟־סטיל, וועלכער האָט קאָמבינירט אויף אַ חידושדיקן אופֿן אַ גאַנצע ריי פֿריִערדיקע מוזיקאַלישע זשאַנערס.

אין דער זעלבער תּקופֿה, ווען דזשעז־מוזיק האָט זיך אַנטוויקלט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז אַ גרויסע צאָל ייִדישע אימיגראַנטן אָנגעקומען קיין אַמעריקע פֿון מיזרח־אייראָפּע. ווי אַן אַנדער גערודפֿטע גרופּע, וואָס האָט געהאַט אַן אייגענע אַנטוויקלטע מוזיקאַלישע טראַדיציע, האָבן אַ סך ייִדישע מוזיקער זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה, און משפּיע געווען אויף דער ווײַטערדיקער עוואָלוציע פֿון דער דזשעז־מוזיק.

די ייִדישע השפּעה אויפֿן דזשעז איז נישט קיין חידוש. אַ סך ווייניקער ווייסט מען אָבער וועגן דעם פֿאַרקערטן היסטאָרישן פֿענאָמען: די דזשעז־השפּעה אויף דער ייִדישער מוזיק. אין דער אמתן, האָבן די גרעסטע נישט־ייִדישע דזשעז־מוזיקער איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקע השפּעה אַפֿילו אויף דער הײַנטצײַטיקער חזנות־טראַדיציע.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער „מילקען־אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַן אוידיאָ־פּראָגראַם, וואָס דערציילט וועגן דער דאָזיקער צוויי־זײַטיקער סימביאָטישער פֿאַרבינדונג צווישן דזשעז און חזנות. דער „מילקען־אַרכיוו‟ איז אַ גרויסע קאָלעקציע פֿון פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער מוזיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געגרינדעט אינעם יאָר 1990.

הערבי האַנקאָק, וואַרשע 2010
הערבי האַנקאָק, וואַרשע 2010

ווי אַ הקדמה צום מוזיקאַלישן „פּאָדקאַסט‟ אַן אוידיאָ־פֿראַגמענט אויף דער אינטערנעץ, ווערט דערקלערט, ווי אַזוי יונתן קליין, אַ זון פֿון אַ רבֿ, האָט פֿאַרבעטן דרײַ אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מוזיקער, וועלכע זענען שפּעטער געוואָרן באַרימט: דער פּויקער גריידי טייט, און צוויי מיטגלידער פֿון מײַלס דייוויסעס קווינטעט, דער באַסיסט ראָן קאַרטער און דער פּיאַניסט הערבי האַנקאָק. קליין האָט שפּעטער באַמערקט, אַז דער רעפֿאָרמער „יוניאָן‟־סידור מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה האָט פֿאַר אים געקלונגען ווי אַ גוטער יסוד פֿאַר אַ דזשעז־קאָמפּאָזיציע.

אין יענער צײַט, איז קליין געווען צו יונג און די קאָמבינאַציע האָט זיך נישט באַקומען פֿויגלדיק. אין אַמעריקע איז אָבער פֿאַרשפּרייט אַ שיינע טראַדיציע אויסצוגראָבן אַלטע מוזיקאַלישע ווערק און צו אָראַנזשירן זיי אויף אַ נײַעם שטייגער. מיט דער הילף פֿונעם „מילקען־אַרכיוו‟, האָט קליין רעקאָרדירט פֿון ס׳נײַ און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן קאָמפּאָזיציע „שמע ישׂראל‟, צוזאַמען מיט אַ טייל הערבי האַנקאָקס אָריגינעל פּיאַנע־שפּילן. הערט אויף ענגליש זײַן שמועס מיט דזשעף יאַנעטשקאָ, דער קוראַטאָר פֿונעם אַרכיוו: https://soundcloud.com/milkenarchive/jonathan-kleins-hear-o-israel-herbie-hancocks-maiden-voyage-with-jewish-music