נײַ געזעץ באַגרענעצט שׂכירות פֿון ישׂראל־באַנקירער

New Law Caps Salary of Israeli Banking Execs

משה גפֿני, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט אין דער כּנסת
Yonatan Sindel/Flash 90
משה גפֿני, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט אין דער כּנסת

פֿון ייִט״אַ

Published March 31, 2016, issue of April 15, 2016.

די כּנסת האָט איינשטימיק אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס פֿאַרווערט די ישׂראלדיקע באַנקירער צו פֿאַרדינען מער ווי $650,000 אַ יאָר.

דאָס געזעץ פֿאָדערט, אַז אַ באַנקירער טאָר נישט פֿאַרדינען מער ווי 35 מאָל מער שׂכירות פֿונעם צום ווייניקסטן באַצאָלטן אָנגעשטעלטן אין דער פֿירמע, האָט „האַרץ‟ איבערגעגעבן.

די לעגיסלאַציע וועט ווירקן נישט בלויז אויף די בענק, נאָר אויך אויף די פֿאַרזיכערונג־ און אַנדערע פֿינאַנציעלע אינסטיטוציעס. „סוף־כּל־סוף, האָט ישׂראל דערקלערט: ׳גענוג איז גענוג!׳‟ האָט באַמערקט משה גפֿני, דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿינאַנץ־קאָמיטעט אין דער כּנסת, און אַ דעפּוטאַט פֿון דער חרדישער פּאַרטיי „יהדות התורה‟. „געוויסע מענטשן פֿאַרדינען אַ געהאַלט, וואָס איז פּשוט ווילד. איך פֿאַרשטיי נישט ווי אַזוי עס קאָן עקזיסטירן אַזאַ בלויז צווישן אָרעם און רײַך, און מיר האָבן ביז איצט גאָרנישט געטאָן וועגן דעם.‟

לויטן געזעץ וועלן די ישׂראלדיקע באַנק־עקזעקוטיוון פֿאַרדינען אַ סך ווייניקער ווי די אין אַמעריקעס גרעסטע בענק, וווּ אַ סך גענעראַל־דירעקטאָרן פֿאַרדינען בסך־הכּל צענדליקער מיליאָנען דאָלאַרן.

דער פֿינאַנץ־מיניסטער משה קהלון האָט דינסטיק דערקלערט: „אַחוץ דעם עקאָנאָמישן באַטײַט פֿון דעם געזעץ, איז אויך דאָ אין דעם אַ מאָראַלישער באַטײַט. דאָס געזעץ סימבאָליזירט אַ סאָלידאַריטעט און זאָרג פֿאַר די שוואַכע אין דער געזעלשאַפֿט.‟

לויטן געזעץ, וואָס וועט ווערן חל אין זעקס חדשים אַרום, וועלן שׂכירות מער ווי $650,000 נישט זײַן אומלעגאַל, אָבער די בענק וועלן פּשוט נישט קאָנען אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן די געהאַלט־הוצאָות איבער $650,000, האָט „האָרץ‟ דערקלערט. בערך 50 עקזעקוטיוון וועלן זײַן באַווירקט פֿון דעם געזעץ.

דער „ישׂראלדיקער פֿאַרבאַנד פֿון בענק‟ האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם געזעץ, און דערקלערט, אַז ער וועט עס מסתּמא אַפּעלירן צום העכסטן געריכט.