די כיטרע שטיק פֿון פּאָליטיק

The Stealthy Tricks of Politics

Getty Images

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 01, 2016, issue of April 29, 2016.

וואָס איז געלט? מ’זאָגט, אַז געלט איז שמעלט! אָבער איז שמעלט טאַקע געלט? רעדנדיק וועגן קאַפּיטאַל, עשירות און „מאָנקי־ביזנעס‟, קומט מיר אויפֿן קאָפּ דער דורכגעטריבענער מאַגנאַט פֿון הרי־אַתּ, דער כיטראַק מיטן פֿולן זאַק, דער יאָלד מיט אַ פּוד גאָלד, וועלכער ווייסט גאַנץ גוט, אַז מ’שמירט, פֿאָרט מען, און פֿאַרגעסט נישט, אַז אָן כאַבאַר האָט מען צער.

„ער לעבט אין שטיינערנע פּאַלאַצן —
אײַזערנע באַלקאָנען,
טרעפּ פֿון ווײַסן מאַרמאָר,
גאָלדענע סאַלאָנען.‟
(י. ל. פּרץ)

ער פֿליט מיט אַן אייגענעם דזשעט־עראָפּלאַן, און פֿאַרמאָגט אַ וועלט מיט אַן „אייגענעם אוניווערסיטעט‟ אויף זײַן נאָמען, אַן אייגענע יאַכטע, און פֿאַרזיכערט זײַנע אָנהענגער:

„איך וועל אײַך מאַכן גליקלעך!
איך וועל אַמעריקע מאַכן רײַך!‟

איר כאַפּט זיך שוין מסתּמא, וועמען איך מיין דאָ: אונדזער גוט באַקאַנטער רעפּובליקאַנער דאָנאַלד טראָמפּ, פֿאַרשטייט זיך…

און וואָס קען מען זאָגן וועגן די אַנדערע? מיסטער קייסיק איז דווקא מיטלמעסיק; הילערי האָט אַ צונג אויף שרויפֿן, מ׳קען זי נישט אונטערקויפֿן, און בערני סענדערס רעדט פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער מיט די הענט און מיט די פֿינגער. ער וועט אויסלייזן דאָס לאַנד פֿון גײַסטיקן הונגער און ברענגען אויף אונדז אַלעמען אַ ישועה… ווען? ווען די קו וועט פֿליִען איבערן דאַך, האָפּ־האָפּ, און לייגן אַן איי אָן אַ בליץ־טראָפּ.

דער עיקר, מזל־טובֿ! מיר האַלטן בײַם אויסוויילן אַ נײַעם פּרעזידענט אין אַמעריטשקע גנבֿ. הייסט עס, אַז מע דאַרף זיך גוט אונטערגאַרטלען און אָנהייבן געבן לאַפּוּווקע די פּאָליטיקער, ריכטער, אַדוואָקאַטן, בנאמנות, ס׳וועט גאָרנישט שאַטן. ווי שטייט געשריבן אין וועלכן ספֿר פּראַלניק:

„זײַ אַ מענטש, וועסטו עסן אין סוכּה‟. אָבער וווּ געפֿינט מען אַ מענטש? די חבֿרה, וואָס ווילן צוקומען צום אייבערשטן פֿון שטייסל מוזן האָבן אַ צונג סײַ אויף שרויפֿן און סײַ אָן ביינער, אַ קאָמבינאַציע וואָס פֿאַרזיכערט דערפֿאָלג. ס׳הייסט אַראָפּדרייען בײַ יענעם דעם מאַרך מיטן פּאַרך. אויסאיבן אַזעלכע כיטרע שטיק, וואָס מען רופֿט פּאָליטיק.

ווי האָט אַמאָל געזאָגט י. ל. פּרץ:

„מיין נישט די וועלט איז אַ קרעטשמע — באַשאַפֿן, מאַכן אַ וועג מיט פֿויסטן און נעגל צום שענק־פֿאַס און פֿרעסן און זויפֿן, ווען אַנדערע קוקן פֿון ווײַטן מיט גלעזערנע אויגן…‟

און אויב איר מיינט, ליבע לעזער פֿון ייִדישן „פֿאָרווערטס‟, אַז ס’האָט זיך עפּעס געביטן זינט פּרצן? זײַט מיר מוחל, ווײַל זינט פּרצן האָט מען זיך געלאָזט פֿאַרפֿירן פֿון „היטלער‟ און מוסאָליני, סטאַלין און הוסיין, קאַדאַפֿי און אַסאַד; ס’איז אַ געשיכטע פֿון צען טויזנט יאָר, ווען דער מענטש האָט זיך ערשט געשטעלט אויף די פֿאָדערשטע לאַפּעס, און זינט דעמאָלט איז אים גאָרנישט ניחה, ווײַל די ריגזה ברויזט אין אים מיט אַ העליש פֿײַער, און די רציחה קערעוועט מיט אים ווי מײַז אין אַ שײַער.

איז וואָס איז דער אויספֿיר? דער אויספֿיר איז, אַז די וועלט בײַט זיך נישט, בלויז די טיראַנען און הערשער ענדערן זייער מויל־מלאכה און פֿאַרפֿירן.

ווי זאָגט פּרץ:

„מיין נישט די וועלט איז אַ הפֿקר — באַשאַפֿן,
פֿאַר וועלף און פֿאַר פֿוקסן,
פֿאַר רויב און פֿאַר שווינדל — דער הימל אַ פֿאָרהאַנג,
אַז גאָט זאָל נישט זעען!
— דער נעפּל — מען זאָל אויף די הענט דיר נישט קוקן…
די ערד — איז צו זאַפּן דאָס בלוט פֿון קרבנות,
אָ מיין נישט די וועלט איז אַ הפֿקר!‟

זינט פּרצן, האָט זיך די וועלט אַראָפּגעגליטשט טיפֿער אין שאול־תּחתּיה. נישט גענוג וואָס ס׳פֿאָלק האָט זיך אָנגעליטן פֿונעם צדיק אין פּעלץ „באַטיסטאַ‟, וועלכער האָט זיך איזדיעקעוועט איבער זײַן פֿאָלק, האָט ער פֿאַרוואַנדלט קובאַ אין זײַן פּריוואַטן סקלאַד און אומגליקלעך געמאַכט אַן אייגן פֿאָלק.

האָט זיך באַוויזן פֿידעלע קאַסטראָ און צוגעזאָגט גאָלדענע גליקן, דער עיקר, אויסצולײזן פֿון אַלעם בײזן; האָט ער געברענגט אויפֿן קובאַנער פֿאָלק אַ גרעסערע צרה מיט אַ בהלה:

„אין ׳קאַסטראָלאַנד׳ פֿעלט הײַנט שפּײַז און פֿרײַהײט פֿון וואָרט, דעריבער האָט ער זיי אָבער פֿאַרזאָרגט מיט מוזיק, ווײַל טאַנצן איז געזונט, און פּטור ווערן פֿון די וואַנצן איז געזינטער.‟

אָבער אַז איר וועט אַרײַנקוקן אין חומשל, שטייט געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס פֿון דער גרויסקייט און גבֿירות פֿון יוסף הצדיק, וועלכער איז נישט געגאַנגען מיטן באַטיק. אָט דער יוסף בן יעקבֿ־ישׂראל, וואָס איז אויסגעשטאַנען געברענטע צרות פֿון זײַנע אייגענע ברידער, פֿון תּפֿיסות, וווּ ס׳איז אים אָנגעקומען אַ ביסל שווערלעך, איז ער פּלוצים דערהויבן געוואָרן אין אַמאָליקן מצרים צו אַ שני למלך.

דאָס לאַנד האָט געליטן פֿון גרויס הונגער און נויט, און אַנשטאָט צו פֿאַרכאַפּן די מאַכט און אויסאיִבן אַלערליי אײַנפֿאַלן, וואָס ענדיקן זיך מיט אַן „איזם‟, האָט ער אויפֿגעריכט דאָס פֿאָלק מיט שפּײַז און דעם מלך פּרעה מיט קלוגע רייד. נישט בחינום איז יוסף הצדיק פֿאַרבליבן בײַ אונדז אַ צדיק. וווּ נעמט מען הײַנט צו טאָג אַן אמתן צדיק?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.