אוי וויי: ייִדיש, כּוזרים און גאָטן

Oy Vey: Yiddish, Khazars and Goths

אוראַלטע גאָטן; הינטן: אַ בילד פֿונעם „גוגל‟־אויפֿזוך וועגן ייִדיש אויף רוסיש, וווּ עס באַווײַזן זיך אויסטערלישע מאַטעריאַלן.
אוראַלטע גאָטן; הינטן: אַ בילד פֿונעם „גוגל‟־אויפֿזוך וועגן ייִדיש אויף רוסיש, וווּ עס באַווײַזן זיך אויסטערלישע מאַטעריאַלן.

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 01, 2016, issue of April 29, 2016.

ווען מע זוכט אינעם „גוגל‟ ערנסטע מאַטעריאַלן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און לינגוויסטיק, באַווײַזן זיך צומאָל גאָר מאָדנע אַרטיקלען און אינטערנעץ־דיסקוסיעס. אויף ענגליש טרעפֿן זיך, געוויינטלעך, בלויז עם־האַרצות און דער ציוניסטישער פֿאַראַכט לגבי דעם „זשאַרגאָן‟. מע זוכט אויף רוסיש, לייגט די זוך־סיסטעם פֿאָר בפֿירוש אַנטיסעמיטישע אָדער גאָר אויסטערלישע זאַכן.

ווען מע זוכט אינעם „גוגל‟ אויף רוסיש פֿרישע טעאָריעס וועגן ייִדיש, באַווײַזט זיך אויבן-אָן די פּראַוואָסלאַוונע „שוואַרץ־מאהדיקע‟ וועבזײַט „די רוסישע אידעע‟, וווּ עס שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט טראַכטן, להיפּוך צו די קאָנקורירנדיקע סאָרטן אַנטיסעמיטן, אַז די הײַנטיקע ייִדן שטאַמען פֿון די כּוזרים. „טײַערע פּאַטריאָטן‟, באַקלאָגט זיך דער מחבר, מיכאַיִל נאַזאַראָוו, וויפֿל מאָל קאָן מען איבערחזרן די טעאָריע, לויט וועלכער די אַשכּנזים שטאַמען פֿון אַ טערקיש פֿאָלק? אויב דאָס וואָלט געווען אמת, באַטאָנט דער פֿאַרביסענער יודאָפֿאָב, פֿאַרוואָס זשע דאַרף מען דעמאָלט מורא האָבן פֿאַר די „זשידעס‟, פֿאַרוואָס זאָל מען זיך רופֿן „אַנטיסעמיטן‟ און קעמפֿן קעגן דער „ייִדישער וועלט־מאַכט‟? די כּוזרים האָבן נישט געקרייצט יעזוס, און מע ווייסט דאָך, אַז די ייִדן האָבן דאָס יאָ געטאָן; עס באַקומט זיך אַ סתּירה, לויט אַזאַ לאָגיק.

ווײַטער ווערט אינעם אַנטיסעמיטישן אַרטיקל געבראַכט אַ לאַנגער שמועס צווישן דעם מחבר און זײַנעם אַ מיטדענקער, וועלכער גיט זיך אַן עצה און פֿאַרענטפֿערט די דערמאָנטע קשיא. לויט זײַן מיינונג, שטאַמען די הײַנטיקע ייִדן יאָ פֿון די דײַטשישע און פּוילישע כּוזרים, אָבער זיי טראָגן נאָך אַלץ דאָס אַחריות פֿאַרן דערהרגענען דעם קריסטלעכן „גאָט‟, ווײַל זיי האָבן אויסגעקליבן די פֿאַרשאָלטענע רעליגיע פֿון די אָריגינעלע ייִדן.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט אָבער אַזאַ אַנטיסעמיטישע דיסקוסיע מיט ייִדיש, אַז דער „גוגל‟ געפֿינט עס און לייגט עס פֿאָר איבערצולייענען? ביידע צדדים פֿונעם שמועס דערמאָנען ייִדיש ווי אַ גרויסער חידוש. פֿון איין זײַט, איז עס אַ גערמאַנישע שפּראַך. ווי אַזוי איז געשען, אַז די אַשכּנזים האָבן טראַדיציאָנעל גערעדט אויף ייִדיש און נישט אויפֿן אַ קלאַסישן לשון־תּרגום? פֿון דער צווייטער זײַט, זעט מען דאָך, אַז ייִדיש האָט שײַכות צו די סלאַווישע שפּראַכן, אָבער האָט גאָרנישט מיט גאָרנישט צו טאָן מיט די כּוזרים. די דיסקוסיע שליסט זיך מיטן אויספֿיר, אַז הײַנט צו טאָג זענען די רוסן, און נישט די „טײַוולאָנישע‟ ייִדן, דאָס אמתע אויסדערוויילטע פֿאָלק.

דעם דאָזיקן ווילדן שמועס האָט קאָמענטירט עצעמער — זעט אויס, אַ רעכטע ייִדישע פֿרוי — וועלכע האָט געענטפֿערט, אַז ווען משיח וועט קומען, וועלן אַלע גויים קריכן פֿאַרבלוטיקט קיין ירושלים, כּדי צו קושן די פֿיס פֿון די ייִדן, ווי עס שטייט געשריבן, כּלומרשט, אין דער הייליקער תּורה.

אַן אַנדער אַרטיקל, וואָס דער „גוגל‟ געפֿינט אין שײַכות צו טעאָריעס וועגן ייִדיש גלײַך נאָך די פּראַוואָסלאַוונע אַנטיסעמיטישע שטותים, האָט אַ נייטראַלן, אָבער אַ מאָדנעם טעם. סערגיי טרוסאָוו דערקלערט אין זײַן בוך וועגן די ערשטע רוסישע קאָלאָניסטן אין סיביר, אַז ייִדיש שטאַמט פֿון דער אוראַלטער גאָטישער שפּראַך און האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון 2,000 יאָר אָדער לענגער. אין דער תּקופֿה פֿון יוסף פֿלאַוויוס האָבן די ייִדישע בעל־מלאָכות שוין געוווינט צווישן די צענטראַל־אַזיאַטישע גאָטן און האָבן גערעדט אויף זייער שפּראַך.

להיפּוך צו דער אויבן־דערמאָנטער אַנטיסעמיטישער וועבזײַט, באַציט זיך דער מחבר צו ייִדן מיט אַן ערנסטן אינטערעס און דרך־ארץ. זײַן טעאָריע איז אָבער אַן אויסטערלישע. איינער אַ פּראַוואָסלאַוונער קאָמענטאַטאָר האָט באַמערקט, אַז פֿאַר אַזאַ טעאָריע קאָן מען באַקומען אָדער אַ דאָקטאָראַט, אָדער אַ מעדיצינישן דיאַגנאָז. אַזוי צי אַזוי, וואָלט דער „גוגל‟, געשאַפֿן דורכן מאָסקווער ייִד סערגיי ברין, געדאַרפֿט בעסער סאָרטירן די אינפֿאָרמאַציע און פֿאָרלייגן, קודם־כּל, ערנסטע פֿאָרשעריש־היסטאָרישע מאַטעריאַלן וועגן ייִדיש.