באַשעוויס און די הײַנטיקע פּליטים אין בערלין

Bashevis and Today's Refugees in Berlin

Ute Langkafel

פֿון יאַנינאַ װוּרבס

Published April 03, 2016, issue of April 29, 2016.

במשך פֿון די לעצטע צװײ-דרײַ יאָר, אונטער די דירעקטאָרן שערמין לאַנגהאָף און יענס היליע, פֿאַרנעמט זיך דער „מאַקסים גאָרקי־טעאַטער‟ אין דער דײַטשישער קרוינשטאָט מיט אַ נײַעם דרך: אינסצענירן פּיעסעס וואָס שילדערן די פֿאַרשײדנקײט פֿון אונדזער איצ­טיקער געזעלשאַפֿט; די שפּאַנונג צווישן אַחריות און שולד, און די האַרבע קשיא: װער איז „אינעװײניק‟ און װער — „אין דרױסן‟?

דער טעאַטער — דער קלענסטער פֿון די בערלינער מלוכישע טעאַטערס — האָט שױן אַ שם פֿאַר פּרעזענטירן הײַנטצײַטיקע טעמעס װי, למשל, די מיגראַציע; די באַגעגעניש פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע קולטורן, בפֿרט די פֿון אַראַבישע, טערקישע, רוסישע הינטערגרונטן — בקיצור, אַ שפּיגל פֿונעם הײַנטיקן בערלין.

לאַנגהאָפֿס און היליעס ציל איז צו פּרע­זענטירן רייצנדיקע, אינטעלעקטועלע טעמעס און געבן דעם עולם עפּעס װעגן װאָס צו טראַכטן. אַפֿילו װען מען טרעט אויף אױף דײַטש, איז שוין אָנגענומען צו באַגלייטן די פּיעסעס מיט ענגלישע איבערקעפּלעך.

אין דער איצטיקער פּיעסע, באַזירט אויף יצחק באַשעוויס׳ ראָמאַן, „שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע‟, זעט מען דאָס זעלבע: די אַקטיאָרן שפּילן, דער עיקר, אױף דײַטש (און אַ ביסל אױף ייִדיש); די איבערקעפּלעך זענען אױף ענגליש (װען מען רעדט דײַטש) צי אױף דײַטש (װען מען רעדט ענגליש); די מוזיק און לידער (צונױפֿגעשטעלט און אָנגעשריבן פֿון דניאל קאַהן) זינגט מען מערסטנס אױף ענגליש מיט עטלעכע סטראָפֿעס אױף ייִדיש; אַ ביסל דײַטש און צװײ תּפֿילות אױף לשון־קודש (כּל־נדרי און אשמנו). אַזױ װערט אַ געשאַפן אַ גאַנצער שפּראַכן־טומל אין קאָפּ; די לשונות בײַטן זיך כּסדר, כאָטש מע פֿאַרשטײט בײַם סוף כּמעט אַלץ. די דאָזיקע פֿיל־שפּראַכיקײט איז אָבער געװען אַ חן פֿונעם אָװנט, ווײַל עס שפּיגלט אָפּ דעם מצבֿ פֿון די הײַנטיקע פּליטים, װי אױך סתּם פֿון הײַנטיקן בערלין.

בײַם באַאַרבעטן באַשעװיסעס ראָמאַן האָבן געוויסע מענטשן עס געלײענט אױף עבֿרית; אַנדערע — אױף דײַטש, ענגליש אָדער אַפֿילו אויף ייִדיש. די באַטײליקטע אין דער פּיעסע האָבן אין אײנעם געבױט די סצענעס, אימפּראָװיזירנדיק, ניצנדיק און דיסקוטירנדיק פֿאַרשײדענע איבערזעצונגען פֿון באַשעװיסן, אָן אַ פֿאַרטיקן סצענאַר, האָט דן קאַהן דערצײלט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. יעדער אײנער קומט מיט זײַן אייגענער הינטערגרונט און געשיכטע. אָט פֿאַר דעם מין אַרבעט איז די רעזשיסאָרשע יעל רונן שױן באַקאַנט. געוויסע קריטיקער זענען טאַקע געװען איבערראַשט, װאָס רונן האָט אויפֿגעפֿירט אַ פּיעסע וואָס איז װײניקער עקספּערימענטאַל ווי אירע פֿריִערדיקע, און וואָס האַלט זיך נעענטער צו באַשעװיסעס ראָמאַן.

שטעלט זיך טאַקע אַ פֿראַגע: אַז מע פֿאַר­גלײַכט דעם ראָמאַן מיט דער פּיעסע, מיט װאָס זענען זיי אַנדערש?

אַ גרונטיק געפֿיל — סײַ אין באַשעװיסעס „שׂונאים‟, סײַ אין דער פּיעסע — איז דאָס שטענדיקע אײַלן זיך און ניט באַװײַזן צו טאָן דאָס, װאָס אַלע צדדים פֿאָדערן בײַ דיר. דער הױפּט־כאַראַקטער, הערמאַן, לױפֿט פֿון אײן פֿרױ, יאַדװיגאַ, צו דער צװײטער, מאַשע, צו דער דריטער, תּמרה, און מע װײסט ניט װען בכלל האָט ער צײַט אָנצושרײַבן זײַנע כּתבֿ־ידן, אַרטיקלען און רעדעס פֿאַר זײַן באַלעבאָס, הרבֿ לאַמפּערט, בפֿרט אַז דאָס איז דאָך הערמאַנס פּרנסה.