יוסי גרינס נײַער אַלבאָם

Yossi Green's New Album

יוסי גרין און זײַו נײַ קאָמפּאַקטל „אידיש נחת — סיבבן במצות‟
יוסי גרין און זײַו נײַ קאָמפּאַקטל „אידיש נחת — סיבבן במצות‟

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 03, 2016, issue of April 29, 2016.

נישט לאַנג צוריק, האָט דער פּאָפּולערער חסידישער מוזיקער יוסי גרין אַרויסגעלאָזט אַ המשך פֿון זײַן אַלבאָם „ייִדיש נחת‟. דאָס נײַע קאָמפּאַקטל הייסט, לויט חסידישן אויסלייג, „אידיש נחת — סיבבן במצות‟ („ער האָט זיך אַרומגערינגלט מיט די מיצוות‟).

אינעם יאָר 2014 האָט דער מוזיקער געשאַפֿן דעם אַלבאָם „ייִדיש נחת — מתּנה טובֿה‟, וועלכער בלײַבט איינער פֿון די פּאָפּולערסטע אין די חסידישע קרײַזן. דאָס נײַע ווערק האָט אויך גיך אויסגענומען און אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערנעץ־דיסקוסיעס אויף העברעיִש און ייִדיש. מיט אַ חודש צוריק, זענען גרינס נײַע לידער אַרויסגעשטעלט געוואָרן אויפֿן „יוטוב‟.

אַ טייל לידער אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל ווערן געזונגען אויף לשון־קודש, אַ טייל — אויף ייִדיש. ביידע שפּראַכן פֿלעכטן זיך אָרגאַניש צונויף, ווײַל די זינגער, אַ קינדער־כאָר און אַ צאָל דערוואַקסענע, באַנוצן זיך מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה. אַדרבה, פֿאַר אַ קענער פֿונעם מאָדערנעם ישׂראלדיקן העברעיִש איז אַזאַ טראַדיציאָנעלן מיזרח־אייראָפּעיִשן לשון־קודש שווער צו פֿאַרשטיין.

אַזוי ווי אַנדערע גרינס ווערק, האָבן אַלע לידער אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל אַ פֿרום־חסידישן חיזוק־טעם. למשל, די קינדער זינגען אינעם ליד „חלום‟ וועגן דער קומענדיקער ביאת־המשיח: „נישט געדאגהט, ייִדן, אַז ס׳וועט שוין באַלד אַ חלום מער נישט זײַן; אַ מינוטעלע געבליבן, משיחן מקבל־פּנים זײַן‟.

גרין איז געבוירן געוואָרן אין 1955 אין וויליאַמסבורג, ברוקלין, און איז דערצויגן געוואָרן אין אַ סאַטמאַרער משפּחה. ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט צו שפּילן מוזיק; ווי אַ ישיבֿה־בחור, האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אייגענע לידער אין 1973. זײַנע קאָמפּאָזיציעס האָבן געזונגען אַזעלכע באַקאַנטע פֿרומע זינגער, ווי ליפּע שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און מרדכי בן דוד. דער פּראָגער סימפֿאָנישער אָרקעסטער, דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער און דער בודאַפּעשטער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער זענען אויסגעטראָטן מיט אַ צאָל פֿון זײַנע ווערק. אַזוי ווי אַנדערע הײַנטצײַטיקע חסידישע קאָמפּאָזיטאָרן, באַנוצט זיך גרין מיט פּאָפּולערע מאָדערנע מוזיקאַלישע סטילן, ווי אויך מיט עלעמענטן פֿון דער קלאַסישער מוזיק און חזנות. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויסע אַנדערע פֿרומע מוזיק־קאָמפּאַקטלעך, זינגט מען אין זײַנע אַלבאָמען אויפֿן נאַטירלעכן חסידישן אונגעריש־גאַליציאַנער ייִדיש און לשון־קודש.

דער אָפֿיציעלער „טריילער‟ פֿון יוסי גרינס נײַעם קאָמפּאַקטל „אידיש נחת — סיבבן במצות‟