איז בן־גוריון שולדיק?

Is Ben Gurion Guilty?

די תּלמידים לערנען תּורה אין דער מירער ישיבֿה, ירושלים
Facebook
די תּלמידים לערנען תּורה אין דער מירער ישיבֿה, ירושלים

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 05, 2016, issue of April 29, 2016.

מיט אָנדערהאַלבן חדשים צוריק, צום גרויסן חידוש פֿון הונדערטער תּלמידים, האָט דער ראָש־ישיבֿה פֿון דער מירער ישיבֿה אין ירושלים, הרבֿ אליעזר־יהודה פֿינקעל, געגעבן צום ערשטן מאָל זײַן שיעור אויף העברעיִש, אַנשטאָט ייִדיש. דער ראָש־ישיבֿה האָט דערקלערט, אַז ער האָט געפֿאָלגט דעם בײַשפּיל פֿון אַן אַנדער באַקאַנטן ליטווישן רבֿ, יעקבֿ שמולעווישט, וועלכער האָט נאָך זײַן טאַטנס פּטירה פֿאַרנומען זײַן אָרט און האָט אײַנגעפֿירט העברעיִש אין זײַן נוסח פֿון די שיעורים. זינט דעמאָלט, ווערט דער וויכטיקסטער שיעור אין דער מירער ישיבֿה געפֿירט אויף העברעיִש.

דאָס געשעעניש האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסע קאָנטראָווערסיע אין דער פֿרומער וועלט. די מירער ישיבֿה אין ירושלים, וווּ עס לערנען זיך איבער 7,500 בחורים און כּולל־יונגעלײַט, איז איינע פֿון די באַקאַנטסטע און גרעסטע אין דער חרדישער וועלט. פֿון איין זײַט, קאָן מען פֿאַרשטיין, אַז אינעם לאַנד, וווּ ס׳רובֿ מענטשן רעדן צווישן זיך אויף העברעיִש און קענען נישט קיין ייִדיש, האָט דער באַשלוס צו בײַטן די שפּראַך אַ פּראַקטישן זין. אַזוי האָט דער ראָש־ישיבֿה דערקלערט זײַן כּוונה.

אין מאַרץ האָט זיך אויף דער פֿרומער וועבזײַט „כּיכּר־השבת‟ באַוויזן אַן אַרטיקל מיטן שאַרפֿן קעפּל „היטלער און בן־גוריון האָבן פֿאַרטיליקט ייִדיש‟. די וועבזײַט האָט געבעטן דעם מוזיקער און אַקטיאָר אַבֿרהם־לייב בורשטיין, וועלכער פֿירט אָן מיט דער חסידישער כּלי־זמרישער גרופּע „קרעטשמע‟, צו דערקלערן זײַן מיינונג, ווי אַ פֿרומער ייִדישיסט, וועגן דער שפּראַך־רעפֿאָרם אין דער מירער ישיבֿה. בורשטיין האָט דערקלערט, אַז אינעם אונטערגאַנג פֿון דער ייִדישער שפּראַך זענען שולדיק היטלער און בן־גוריון; אַז דער נאַצי־רשע האָט פֿיזיש אומגעבראַכט מיליאָנען ייִדן, און דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער האָט גערודפֿט ייִדיש צוליב דעם ציוניסטן צוועק צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע נאַציע מיט איין שפּראַך — העברעיִש. אָפּשוואַכנדיק זײַן רעטאָריק, האָט בורשטיין אָבער צוגעגעבן „להבֿדיל‟ צווישן די צוויי נעמען.

דערמאָנענדיק דעם באַרימטן קאָמיקער שמעון דזשיגאַן, האָט בורשטיין צוגעגעבן, אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ שפּראַך, נאָר „דאָס לעבן, נשמה און קולטור‟ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס פּנים פֿונעם דור ווענדט זיך אין דער שפּראַך, האָט ער באַמערקט. הגם דער מאָדערנער העברעיִש איז פֿול מיט בפֿירושע און באַהאַלטענע קאַלקעס פֿון ייִדיש, האָבן זיי דעם טעם פֿון אַ קאַלטער אָנגעזאַלצענער זופּ, אין פֿאַרגלײַך מיט אַן עכטן געשמאַקן און וואַרעמען מאכל. ס׳איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז בורשטיין אַליין האָט עס אַלץ דערקלערט אויף אַ העברעיִשער וועבזײַט, רעדנדיק אַליין אויף העברעיִש.

דער ערשטער קאָמענטאַטאָר, וועלכער האַָט רעאַגירט אויף דער מעשׂה אויף דער באַקאַנטער פֿרומער ענגלישער וועבזײַט „ישיבֿה־וועלט‟, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז טאַקע אַ מאָדנע מעשׂה, לויט זײַן מיינונג, ווײַל די מירער ישיבֿה איז פֿול מיט אַמעריקאַנער תּלמידים, וועלכע פֿאַרשטייען ייִדיש דווקא בעסער, ווי העברעיִש. ס׳רובֿ בחורים האָבן גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען דעם ראָש־ישיבֿהס שיעור אויף ייִדיש. אַ צאָל אַנדערע קאָמענטאַטאָרן אין „ישיבֿה־וועלט‟, מיט אַ וואָך פֿאַרן אַרטיקל אין „כּיכּר־שבת‟, האָבן זיך אויך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די ציוניסטן און באַמערקט, אַז אין ייִדיש שטעקט אַ גרויסע קדושה, אין פֿאַרגלײַך מיטן קינסטלעך אויסגעטראַכטן מאָדערנעם העברעיִש. זיי האָבן באַטאָנט, אַ ס׳איז נישט די זעלבע שפּראַך, ווי דער אַלטער הייליקער לשון־קודש. אַ טייל אַנדערע מיטשמועסער האָבן אָבער דווקא געלויבט דעם באַשלוס.

די „דזשויִש פּרעס‟, וואָס האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ פּראָ־העברעיִשער פּאָליטיש־רעכטער צײַטונג, האָט אויך באַמערקט, אַז דער שפּראַך־בײַט אין דער מירער ישיבֿה איז אַ גרויסער אומגעריכטער חידוש. די צײַטונג האָט אָבער נישט אויסגעדריקט קיין אייגענע מיינונג, פּאָזיטיווע צי נעגאַטיווע, וועגן דער ישיבֿה־רעפֿאָרם.