ייִדיש־זינגערײַ בײַ „דזשויִש רעניואַל‟

Yiddish Sing-Along at Jewish Renewal

ר׳ דוד שניאור
ר׳ דוד שניאור

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 06, 2016, issue of April 29, 2016.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די וואַשינגטאָנער קהילה „עם כּולל‟, וואָס געהערט צו דער ייִדישער „התחדשות‟־באַוועגונג („דזשויִש רעניואַל‟), געשאַפֿן אַ פּראָגראַם פֿון זינגערײַען אויף ייִדיש.

דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט האָט ר׳ דוד שניאור, אַ באַקאַנטער תּלמיד פֿונעם „רעניואַליסטישן‟ הרבֿ זלמן שעכטער־שלומי, אָנגעהויבן פֿאַרזאַמלען יעדן חודש די אַקטיוויטעט „לאָמיר זינגען‟, וווּ דער עולם זינגט בציבור ייִדישע לידער. דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט דורך „עם כּולל‟ בשותּפֿות מיט דער ייִדישיסטישער אָרגאַניזאַציע „ייִדיש פֿון גרויס־וואַשינגטאָן‟ און דעם שטאָטישן צענטער פֿון ייִדישע שטודיעס. „עם כּולל‟ דערקלערט אויף איר וועבזײַט, אַז די זינגערײַען קומען פֿאָר אין אַן אינטימער אומפֿאָרמעלער סבֿיבֿה.

בעת די אונטערנעמונגען, לייענט מען אויך פֿאָר ייִדישע פּאָעזיע אינעם אָריגינאַל און אין ענגלישער איבערזעצונג. יעדעס מאָל פֿאַרזאַמלט זיך די גרופּע אין אַן אַנדער אָרט. די לעצטע פּלאַנירטע פּראָגראַם אין דער הײַיאָריקער סעריע, ווי „ייִדיש פֿון גרויס־וואַשינגטאָן‟ גיט איבער אויף איר „פֿייסבוק‟־זײַטל, וועט פֿאָרקומען דעם 17טן אַפּריל אין דער שיל „עדת־ישׂראל‟, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿון־מערבֿדיקן ראַיאָן פֿון דער שטאָט וואַשינגטאָן. די טעמע פֿונעם קומענדיקן זינגערײַ וועט זײַן „פֿרײַהייט, פּסח און באַנײַונג‟.

אַן אַפֿיש פֿון ר׳ דוד שניאורס זינגערײַ
אַן אַפֿיש פֿון ר׳ דוד שניאורס זינגערײַ

אין דער קומענדיקער פּראָגראַם וועט זיך באַטייליקן חנה (ענריען) בראַון, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי „חנהלע די חזנטע‟, וואָס פֿירט כּסדר אָן מיטן דאַוונען אין „עדת־ישׂראל‟. אַ געבוירענע אין ניו־דזשערזי, האָט זי פּראָפֿעסיאָנעל שטודירט חזנות אינעם ניו־יאָרקער „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟. בראַון איז אויך אַ באַגאַבטע אַקטריסע, וועלכע האָט אַ סך מאָל געשפּילט אויף ייִדיש אינעם טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟. אינעם „פֿאָרווערטס‟ פֿלעגט זי פֿירן אונטערן נאָמען „חנה סלעק‟ די רובריק „טײַערער חזנטע‟.

אַ צווייטע באַקאַנטע פֿרוי, וואָס קלײַבט זיך אָנטיילצונעמען אין דער אַפּריל־אונטערנעמונג, איז די פּאָעטעסע מעריל לעפֿלער, די בעל־הביתטע פֿונעם פֿאַרלאַג Dryad Press און אַ מחברטע פֿון דרײַ בענד לידער.

די שיל „עם כּולל‟, וואָס דוד שניאור האָט געגרינדעט אין 1990, געפֿינט זיך אינעם שטאַט מערילענד און איז באַקאַנט אין גרויס־וואַשינגטאָן ווי אַ צענטער פֿונעם „דזשויִש רעניואַל‟. שניאור, אַ געבוירענער אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, פֿירט אויך אָן מיט דער פּראָגרעסיווער „קהילה חדשה‟, באַטייליקט זיך אין דער אָרגאַניזאַציע „רבנים פֿאַר מענטשנרעכט‟ און איז באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון „ייִדן פֿאַראייניקט פֿאַר יושר‟ און „יחד‟. ער איז אויך אַ באַגאַבטער זינגער, חזן און גיטאַריסט.