בריוו פֿון שלום־עליכם צו ביאַליקן

Letters from Sholem Aleichem to Bialik

ח. נ. ביאַליק, בן־עמי, שלום־עליכם און מעדעלע מוכר־ספֿרים
Wikimedia Commons
ח. נ. ביאַליק, בן־עמי, שלום־עליכם און מעדעלע מוכר־ספֿרים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 07, 2016, issue of April 29, 2016.

„אין געוועב‟ דינט ניט בלויז ווי אַן אַקאַדעמישער זשורנאַל אויף ענגליש געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, נאָר איז אויך אַ וויכטיקער רעסורס פֿאַר די, וואָס ווילן לייענען פֿאַרגעסענע טעקסטן אויף ייִדיש.

לעצטנס האָט דער אירלענדישער איבערזעצער דניאל קענעדי פֿאַרעפֿנטלעכט אַן איבערזעצונג פֿונעם סאַמע־ערשטן בריוו, וואָס שלום־עליכם האָט אַמאָל געשריבן דעם פּאָעט חיים נחמן־ביאַליק. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די צוויי גרויסע שרײַבער האָבן זיך שפּעטער גוט באַפֿרײַנדעט, איז שטענדיק געבליבן צווישן זיי אַ געוויסע קאָנקורענץ, סײַ ווי שרײַבער וואָס נייטיקן זיך אין פּרנסה, סײַ ווי שטאַרקע אָנהענגער פֿון באַזונדערע שפּראַכן.

אינעם גאָר אינטערעסאַנטן בריוו, געשריבן אין קיִעוו אין יאַנואַר 1903, לויבט שלום־עליכם ביאַליקס ליד „מײַן גאָרטן‟, וואָס ער האָט געשריבן אויף ייִדיש און מאַכט חוזק סײַ פֿון ביאַליקן, סײַ פֿון די העברעיִסטן, ווײַל „מיר זשאַרגאָניסטן האָבן אויך אַ ביאַליק‟. אַזוי אַרום מוטיקט שלום־עליכם באַליאַקן אומדירעקטערהייט, ער זאָל שרײַבן וואָס מער לידער אויף ייִדיש. דעם גאַנצן בריוו קען מען לייענען אויף ייִדיש און ענגליש אָט דאָ: http://ingeveb.org/texts-and-translations/bialiks-garden.

אין נאָך אַ בריוו צו ביאַליקן, וואָס „אין געוועב‟ האָט פֿריִער געהאַט פֿאַרעפֿנטלעכט, טאַדלט שלום־עליכם ביאַליקן מחמת דער העברעיִשער דיכטער האָט בײַ אים איבערגעלאָזט זײַנע שטעקשיך. געשען איז עס אין 1907, ווען די צוויי שרײַבער האָבן פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין דער שווייץ צוזאַמען מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים און בן־עמי. ווי עס פּאַסט פֿאַר שלום־עליכם, פֿאַרוואַנדלט ער דעם קליינטשיקן אינצידענט אין אַ גרויסן טאַראַראַם. דעם גאַנצן בריוו קען מען אויך לייענען אויף ייִדיש און ענגליש (אין דניאל קענעדיס איבערזעצונג) אויף דער וועבזײַט פֿון „אין געוועב‟ http://ingeveb.org/texts-and-translations/bialiks-shoes.

די בריוו פֿון שלום־עליכם זענען ניט בלויז אַ קוריאָז פֿאַר די ליטעראַטור־פֿאָרשער, נאָר ממש אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿאַרשידענע היסטאָרישע און פּאָליטישע אַנטוויקלונגען. אַ ריזיקער באַנד פֿון שלום־עליכמס בריוו, לכתּחילה אָנגעשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש און רוסיש, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אויף ייִדיש אין ישׂראל אין 1995 דורכן פֿאַרלאַג „י. ל. פּרץ‟. די זאַמלונג, אָנגעשריבן צווישן די יאָרן 1879 און 1916, נעמט אַרײַן בריוו ניט בלויז צו כּמעט אַלע באַקאַנטע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער פֿון זײַן צײַט, נאָר אויך צו אַזעלכע שרײַבער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור ווי לעאָ טאָלסטוי, מאַקסים גאָרקי און געזעלשאַפֿטלעכע פּערזענלעכקייטן אַזוי ווי שמעון דובנאָוו.