ייִדישע פֿרױען אין װירטשאַפֿט פֿון אַמאָליקן װײַסרוסלאַנד

Jewish Women in the Economy of Old Belarus

אַ היפּשע צאָל פֿרױען האָבן געהאַלטן קרעטשמעס, װוּ זײ האָבן פֿאַרקױפֿט מעד, ביר, װײַן און בראָנפֿן. אויבן: אַ רוסישער לובאָק (שטעמפּל־גראַווירונג) פֿון אַ ייִדישער קרעטשמע אין אוקראַיִנע, 1868
אַ היפּשע צאָל פֿרױען האָבן געהאַלטן קרעטשמעס, װוּ זײ האָבן פֿאַרקױפֿט מעד, ביר, װײַן און בראָנפֿן. אויבן: אַ רוסישער לובאָק (שטעמפּל־גראַווירונג) פֿון אַ ייִדישער קרעטשמע אין אוקראַיִנע, 1868

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 08, 2016, issue of April 29, 2016.

פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה זײַנען ייִדן געװען די עקאָנאָמישע טרײַבקראַפֿט אינעם מערבֿדיקן קאַנט פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע, װאָס איז כּולל גרױסע טײלן פֿון הײַנטיקן פּױלן, אוקראַיִנע, מאָלדאָװע, װײַסרוסלאַנד, ליטע און לעטלאַנד.

לאַנגע יאָרן איז די עקאָנאָמישע געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד געבליבן בײַ די ייִדישע היססטאָריקער ניט אַזױ חשובֿ װי פּאָליטיק און קולטור. לעצטנס ענדערט זיך צו־ביסלעך די לאַגע, און עס באַװײַזן זיך נײַע אינטערעסאַנטע פֿאָרשונגען װעגן דעם ייִדישן בײַטראָג אין האַנדל, מלאכות און אינדוסטריע אין פֿאַרשידענע שטעט און געגנטן פֿון רוסלאַנד און פּױלן.

אַ װיכטיקע ראָלע אינעם דאָזיקן עקאָנאָמישן קער אין דער ייִדישע געשיכטע שפּילן אָרטיקע פֿאָרשער, װאָס זײַנען גוט באַהאַװנט אין די אַרכיװאַלע מקורים. מען קאָן שױן רעדן װעגן אַ באַנײַטן אינטערעס צו ייִדישן לאַנדקענטעניש — אַ בראַנזשע פֿון היסטאָרישע פֿאָרשונגען, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין פּױלן פֿאַרן חורבן. אָבער ס׳רובֿ הײַנטיקע פֿאָרשער אויף דעם געביט זענען דװקא ניט קײן ייִדן.

אַ װיכטיקער צענטער פֿון אַזאַ מין שטודיעס איז אַנטשטאַנען אין גראָדנע, װײַסרוסלאַנד. די דאָזיקע אײגנראַטיקע גראָדנער שיטה אין אױספֿאָרשן די ייִדישע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע געשיכטע פֿאַרמאָגט אַן אײגענעם װיסנשאַפֿטלעכן פּראָפֿיל, בפֿרט אַ ספּעציעלן אינטערעס צו דעם מצבֿ פֿון ייִדישע פֿרױען. אונטער דער השגחה פֿון די דערפֿאַרענע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאָרשערינען, אַזעלכע װי אינאַ סאָרקינאַ און אָלגאַ סאָבאָלעװסקאַיאַ, װאַקס אונטער אַ נײַער דור אַספּיראַנטן.

דרײַ אַרטיקלען פֿון דער גראָדנער אַספּיראַנטקע יוליאַ יערמאַק אינעם מאָסקװער זשורנאַל „לחיים” באַטראַכטן פֿאַרשידענע צדדים פֿון דער װירטשאַפֿטלעכער אַקטיװיטעט פֿון ייִדישע פֿרױען אין װײַסרוסלאַנד סוף 19טן — אָנהײב 20טן יאָרהונדערט. דװקא ייִידשע פֿרױען, באַטאָנט יערמאַק, זײַנען געװען אַ װיכטיקער עקאָנאָמישער כּח אינעם אַמאָליקן בעלאַרוס, בעת זײערע מענער האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט דאַװענען און לערנען תּורה. אַ היפּשע צאָל פֿרױען האָבן געהאַלטן קרעטשמעס, װוּ זײ האָבן פֿאַרקױפֿט כּל־מיני משקאות׃ מעד, ביר, װײַן, בראָנפֿן, און אײניקע פֿון זײ האָבן פֿאַרמאָגט גאַנצע זאַװאָדן פֿאַר אױספֿאַרטיקן די דאָזיקע פּראָדוקציע.

די גראָדנער אַרכיװן האָבן אָפּגעהיט אַ סך דאָקומענטן מיט אינטערעסאַנטע פּרטים װעגן די אַמאָלאָקע געשעפֿטן און זײערע בעל־הביתטעס, װי אױך װעגן זײערע באַציִונגען מיט דער רוסישער מלוכה. די פֿרױען האָבן פֿאַרװאַלט מיט גאַנצע פֿאַבריקן מיט מאָדערנע טעכנאָלאָגישע מכשירים פֿאַר טרײַבן בראָנפֿן און ברײַען ביר, געפֿירט בוכהאַלטעריע, און װען נײטיק, זיך געלאָדן אין געריכט. די גאַנצע בראַנזשע װירטשאַפֿט, װאָס האָט געהאַט צו טאָן מיט משקאות, איז געשטאַנען אונטערן ספּעציעלן קאָנטראָל פֿון דער צאַרישער אַדמיניסטראַציע. די פֿאַרקױפֿער האָבן געדאַרפֿט צאָלן דעם ספּעציעלן שטײַער, „אַקציז”, װאָס האָט געבראַכט אַ היפּשן רװח אינעם מלוכישן ביודזשעט.