חורבן־זכרונות באַשריבן דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ

Hellish Life in Nazi Camps Described on Social Media

פֿון ייִט״אַ

Published April 08, 2016, issue of April 29, 2016.

אַ 92־יאָריקער ייִד, וואָס האָט מיטגעמאַכט זיבן דײַטשע קאָנצענטראַציע־לאַגערן, האָט דורכן סאָציאַלן מעדיאַ־פֿאָרום, Reddit Ask Me Anything, איבערגעגעבן די שוידערלעכע פּרטים פֿון זײַנע יאָרן בעתן חורבן, האָט מיטוואָך איבערגעגעבן די Australian Broadcasting Corp.

הענרי פֿלעשער, פֿון אַווענטוראַ, פֿלאָרידע, האָט זיך באַטייליקט אינעם פֿאָרום מיט דער הילף פֿון זײַן אייניקל. ער האָט פֿריִער קיין מאָל נישט געהאַט געהערט וועגן דער סאָציאַלער זײַט, Reddit. אַ צאָל באַרימטע פּערזענלעכקייטן און פּאָליטישע פֿירער האָבן זיך שוין באַטייליקט אין די Reddit סעסיעס ווי, למשלד דזשערי סײַנפֿעלד און פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.

פֿלעשער, אַ ווין־געבוירענער, איז אַנטלאָפֿן קיין פֿראַנקרײַך בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אָבער איז אַרעסטירט געוואָרן אין ליאָן, און האָט געלעבט דרײַ יאָר לאַנג אין די נאַצי־לאַגערן, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ.

ער האָט דערציילט ווי מע האָט אים איבערגעפֿירט אין אַ בהמה־וואַגאָן, געפּאַקט מיט אַרעסטאַנטן, מיט בלויז איין עמער פֿאַר אַ „קלאָזעט‟. „דער ריח איז געווען אומדערטרעגלעך,‟ האָט פֿלעשער געזאָגט.

נאָך זעקס טעג אינעם וואַגאָן, האָט מען 300 אַרעסטאַנטן אַראָפּגעפֿירט פֿון דער באַן, און די אַנדערע האָט מען דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ, וווּ מע האָט זיי דערהרגעט. פֿלעשערס נומער איז געווען 298. „איך וועל דעם ציפֿער 298 שוין געדענקען אויף אייביק,‟ האָט ער געזאָגט.

פֿלעשער האָט געאַרבעט אין אַ שיך־פֿאַבריק אינעם לאַגער אָרדרוף און געהאָלפֿן בויען בריקן אינעם לאַגער פּײַזקרעטשאַם. אין אַ דריטן לאַגער, בלעכהאַמער, האָט ער אַליין געזען ווי מע האָט אויפֿגעהאָנגען זײַנס אַ פֿרײַנד פֿאַר האָבן געניצט אַ טעלעפֿאָן־דראָט ווי אַ פּאַסיק פֿאַר זײַנע הויזן.

„די שטראָפֿן זענען געווען אַ טאָג־טעגלעכער רוטין און איין מאָל האָט מען מיר אויסגעזעצט די פֿעדערשטע ציין,‟ האָט ער געזאָגט.

אין 1945 האָבן די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן באַפֿרײַט דעם לאַגער, גראָס ראָזען, וווּ זיי האָבן געפֿונען פֿעלשער אין אַ הינערפּלעט.

„איך האָב תּמיד געגלייבט אין גאָט, סײַ פֿאַרן חורבן, סײַ נאָך דעם,‟ האָט פֿלעשער דערקלערט. „גאָט האָט נישט דערהרגעט די מענטשן; דאָס האָבן די נאַציס געטאָן.‟



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.