צאָל טעראָר־אַטאַקן אין ישׂראל אַראָפּ מיט 26%

Israel Records 26% Drop in Terrorist Attacks

Getty Images

פֿון ייִט״אַ

Published April 10, 2016, issue of April 29, 2016.

לויט אַ באַריכט פֿון „שין־בית‟, די ישׂראלדיקע זיכערהייט־אַגענטור, איז די צאָל טעראָריסטישע אַטאַקן אין די ישׂראל־קאָנטראָלירטע שטחים אין מאַרץ געווען אויף 26% ווייניקער ווי אין פֿעברואַר. די 123 אינצידענטן באַטרעפֿן די נידעריקסטע צאָל זינט יולי 2015.

ביז לעצטנס זענען ס׳רובֿ פֿון די אַטאַקן דורכגעפֿירט געוואָרן מיט אַ מעסער, אָבער אין מאַרץ זענען בלויז 6 פֿון די 96 אַטאַקן געווען פֿון אַזאַ מין; די אַנדערע אַטאַקן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך לעש־באָמבעס און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל.

דער איינציקער טויטפֿאַל אין מאַרץ איז געווען דער אַמעריקאַנער בירגער, טיילאָר פֿאָרס, אַ סטודענט פֿון וואַנדערבילט־אוניווערסיטעט, וואָס איז דערשטאָכן געוואָרן דעם 8טן מאַרץ אין יפֿו. במשך פֿונעם חודש זענען 26 מענטשן פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

עטלעכע פּאַלעסטינער זענען אין מאַרץ אויך דערהרגעט געוואָרן, ס׳רובֿ פֿון זיי — בשעת זיי האָבן דורכגעפֿירט אַן אַטאַק.

די אינצידענטן אין פֿעברואַר האָבן גורם געווען דעם טויט פֿון 3 מענטשן, און די פֿאַרוווּנדיקונג פֿון 11 — ווייניקער ווי אין יאַנואַר, ווען 5 מענטשן זענען דערהרגעט געוואָרן, און 28 פֿאַרוווּנדיקט.

די סטאַטיסטיק נעמט נישט אַרײַן די דרײַ ישׂראלדיקע קרבנות פֿונעם זעלבסטמערדערישן אַטאַק אין איסטאַנבול דעם 19טן מאַרץ, אָדער די צוויי ישׂראלים וואָס זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן דעם 22סטן מאַרץ דורכן אויפֿרײַס אינעם בריסעלער פֿליפֿעלד „זאַווענטעם‟.

אין ישׂראל און אויפֿן מערבֿ־ברעג האָט מיט אַ מאָל זיך צעוואַקסן די צאָל אַטאַקן אין אויגוסט 2015, ווען די צאָל איז געווען 171 אינצידענטן. אין סעפּטעמבער איז עס געשטיגן ביז 223 אַטאַקן, און אין אָקטאָבער — 620. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט דעמאָלט באַצייכנט די עסקאַלאַציע ווי „אַ כוואַליע פֿון טעראָר‟, בעת אַ צאָל ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער מעדיאַ־קוואַלן האָבן עס אָנגעהויבן רופֿן „די דריטע אינטיפֿאַדע‟ אָדער „די מעסער־אינטיפֿאַדע‟.