טבֿיהס טעכטער: ייִדישער כאָר־קאָנצערט אין באָסטאָן

Tevye's Daughters: A Yiddish Choral Concert in Boston

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 12, 2016, issue of April 29, 2016.

אין באָסטאָן וועט דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט, צוזאַמען מיט דער קלעזמער־קאַפּעליע „די קלעזמאַטיקס‟, געווידמעט דער 100סטער יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם.

דער קאָנצערט, פֿאָרגעשטעלט דורכן אָרטיקן צווײַג פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, וועט אַרומרעדן דורך מוזיק די פֿראַגע: „ווער זענען הײַנט טבֿיהס טעכטער?‟ אינעם קאָנצערט וועט מען פֿײַערן די דערגרייכונגען פֿון ייִדישע פֿרויען אויפֿן געביט פֿון סאָציעלן יושר ווי „רעוואָלוציאָנערינס אָנפֿירערינס פֿון פֿאַראיינען, אָנטיילנעמערינס אין דער באַוועגונג לטובֿת די ציווילע־רעכט פֿון אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער, אָקופּירערינס פֿון ’וואָל־סטריט‘ און פֿעמינסטקעס‟.

דער ספּעקטאַקל, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די אַקטיוויסטן לטובֿת דעם סאָציעלן יושר סיד טאָפּאָל, עניד עקשטיין און ראָזע בלומענפֿעלד, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 14טן מײַ, 7:30 אין אָוונט אינעם שיל „טעמפּל אוהבי־שלום‟ אין ברוקלײַן, מאַסאַטשוסעטס. נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://tevye.brownpapertickets.com/.

דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ האָט מען געגרינדעט אין 1997 ווי אַ פּראָיעקט פֿונעם באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟. אַ באַקאַנטע גרופּע מיט איבער 60 מיטגלידער, טרעט אויף „אַ בעסערע וועלט‟ סײַ אויף קאָנפֿערענצן און קאָנצערטן, סײַ אויף דעמאָנסטראַציעס און פּאָליטישע מיטינגען. דער כאָר מאַכט אַ סך בשותּפֿותדיקע קאָנצערטן מיט „די קלעזמאַטיקס‟. אָט קען מען זען, ווי דער כאָר „אַ בעסערע וועלט‟ האָ פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד „אַלע ברידער‟ אויף אַ קאָנצערט מיט „די קלעזמאַטיקס‟ אין 2008: