נײַעס פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published April 11, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דראַמאַטורג פּאַוועל דעמירסקי אַרבעט אויף אַ מיוזיקל וועגן דער אַנטי־ייִדישער קאַמפּאַניע פֿון 1968

דראַמאַטורג פּאַוועל דעמירסקי
דראַמאַטורג פּאַוועל דעמירסקי

פּאַוועל דעמירסקי איז זייער אַ פֿאַרנומענער דראַמאַטורג די טעג. פֿאַר וואָס? די פּרעמיערע פֿון אַ נײַעם „מיוזיקל‟ אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער איז נעענטער ווי ווײַטער, און דער טעקסט איז נאָך נישט אין גאַנצן פֿאַרטיק.

דער מיוזיקל פֿאַרנעמט זיך מיטן טראַגישן חודש מאַרץ 1968, ווען אַ סך ייִדן זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן בשעת דער גרויסער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע פֿון דער קאָמוניסטישער מלוכה.

די אַקטיאָרן דערציילן, אַז דער טעקסט איז זייער אַ געלונגענער.

די אַנטי־ייִדישע קאַמפּאַניע איז אָפֿיציעל נישט געווען קיין אַנטיסמיטישע, נאָר כּלומרשט אַן אַנטי־ציוניסטישע. די צרה איז אָבער געווען אַז מען האָט ארויסגעוואָרפֿן פֿון זייערע לערן־ און אַרבעטפּלעצער ייִדן, וואָס זענען אין גאַנצן נישט געווען קייין ציוניסטן. זיי זענען געווען פּראָסט־פּשוט ייִדן.

אַ טייל פֿון זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז זיי זענען ייִדן.

אַ סך פֿון זיי האָבן בכלל נישט עמיגרירט קיין ישׂראל, נאָר קיין שוועדן. נאָך אַ באַווײַז, אַז זיי זענען געווען קנאַפּע ציוניסטן.

שוועדישע סאָציאָלאָגן האָבן דעמאָלט געפֿירט אַנקעטעס צווישן די פּוילישע ייִדישע אימיגראַנטן. אַן ערך אַ דריטל פֿון זיי האָבן דערקלערט, אַז זיי זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן פּשוט ווײַל זיי האָבן מורא געהאַט פֿאַר זיך אַליין און פֿאַר זייערע קינדער. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז דאָס איז געווען בלויז 22 יאָר נאָכן קעלצער פּאָגראָם. נאָך אַ דריטל האָבן עמיגרירט ווײַל פֿון הײַנט אויף מאָרגן האָבן זיי נישט געהאַט פֿון וואָס צו לעבן. פּראָפֿעסאָרן און דאָקטוירים, אינזשענירן און סתּם אַרבעטער האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער אַרבעט נאָר ווײַל זיי זענען געווען ייִדן.

אגבֿ, די אַנטיסעמיטישע מלוכה האָט דעמאָלט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען דעם פֿאַקט אַז די פֿופֿציק טויזנט ייִדן וואָס האָבן געלעבט אין פּוילן ביז 1968 זענען געבליבן אין פּוילן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה צוליב אַ פּשוטער סיבה: זיי זענען נישט געווען קיין ציוניסטן.