אַ „געשמאַקע‟ רעקלאַמע פֿאַר ייִדיש

A Tasty Ad for Yiddish

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 13, 2016, issue of April 29, 2016.

לעצטנס האָבן די ייִדיש־סטודענטן בײַם „טעקסעס־אוניווערסיטעט‟ אין אָסטין געשאַפֿן אַ חנעוודיקן פּירסום־פֿילם לטובֿת דער אָרטיקער ייִדישער פּראָגראַם.

דער פֿילם, וואָס מע האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟, ווײַזט ווי אַזוי צו מאַכן אַ סענדוויטש פֿון אײַזקרעם — אין גאַנצן אויף ייִדיש. דער פֿילם, מיטן נאָמען „ייִדיש־געשמאַק‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון די ווידעאָס, וואָס עס מאַכט דער פּאָפּולערער „יו־טוב‟־קאַנאַל Tasty (געשמאַק) וועגן קאָכערײַ. אָבער אַנשטאָט אַ געוויינטלעך פּאָפּולער ליד, שפּילט אינעם פֿילם אַ קלעזמער־קאַפּעליע, און אַנשטאָט פּשוט צו ווײַזן דעם רעצעפּט פֿונעם מאכל, שרײַען אויס די ייִדיש־סטודענטן די אינגרעדיענטן אויף ייִדיש, צוזאַמען מיט פּשוטע אינסטרוקציעס. דערצו איז דער אײַזקרעם־שניטקע ניט קיין געוויינטלעכע, נאָר דווקא אַ פּסחדיקע, געמאַכט מיט מצה.

נאָך דעם וואָס עס ענדיקט זיך דער רעצעפּט גופֿא, ווינטשט ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן, וואָס פֿירט אָן מיט דער אָרטיקער ייִדיש־פּראָגראַם, די צוקוקער אַ „כּשרן און זיסן פּסח‟. די סטודענטן באַגריסן אַליין די צוקוקער אויף ייִדיש, אַחוץ איינעם, וואָס זאָגט אויף ענגליש מיט אַ טיפֿן טעקסעסער אַקצענט: „UT Yiddish Y’all‟, וואָס אויף מאַמע־לשון וואָלט געווען עפּעס אַזוי ווי „ייִדיש בײַם טעקסעס־אוניווערסיטעט, ענק אַלע‟.

כאָטש עס קען קלינגען אויסטערליש פֿאַר די וואָס ווייסן ניט, האָט אָסטין, שוין לאַנגע יאָרן אַ שטיקל שם ווי אַ צענטער פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג. קודם, געפֿינט זיך דאָרטן יצחק באַשעוויס־זינגערס אַרכיוו און דערפֿאַר קומען שטענדיק קיין אָסטין די פֿאָרשער, וואָס ווילן איבערקוקן זײַנע פּאַפּירן. דערצו האָט מען יאָרן־לאַנג געלערנט ייִדיש אין אָסטין, אָנהייבנדיק פֿון די 1970ער יאָרן ביז 2004. אין 2014 האָט ד״ר גאָטעסמאַן ווידער אָנגעהויבן לערנען ייִדיש דאָרטן. פֿאַראַיאָרן האָט די פּאָפּולערע טעלעוויזיע נײַעס־פּראָגראַם „זונטיק אין דער פֿרי‟ אויף CBS געווידמעט דער פּראָגראַם אַ 7־מינוטיקן באַריכט מיטן נאָמען „ייִדיש לעבט אינעם סאַמע־האַרץ פֿון טעקסאַס‟. אָט קען מען זען דאָ דעם באַריכט: