מאָטי לערנערס „נאָך דער מלחמה‟

Motti Lerner's "After the War"

פֿון רעכטס: פּאָל מאָרעלאַ (דזשאָעל) און גיא קאַפּולניק (איזי) אין „נאָך דער מלחמה‟
Stan Barouh
פֿון רעכטס: פּאָל מאָרעלאַ (דזשאָעל) און גיא קאַפּולניק (איזי) אין „נאָך דער מלחמה‟

פֿון עדי מהלאל

Published April 14, 2016, issue of April 29, 2016.

מאָטי לערנער, דער ישׂראלדיקער דראַמאַטורג וואָס ספּעציאַליזירט זיך אינעם שאַפֿן פּאָליטישן טעאַטער, איז צוריק אין וואַשינגטאָן מיט דער פֿאָרשטעלונג „נאָך דער מלחמה‟ (After The War).

מיט צוויי יאָר צוריק, איז לערנער געקומען אין „טעאַטער J‟ אין DCJCC מיט דער דערפֿאָלגרײַכער פּיעסע, „דאָס מודה זײַן זיך‟; אַ פּיעסע וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ שטורעמדיקע פּאָליטישע דעבאַטע (//yiddish.forward.com/articles/177786/the-admission-warmly-received-in-dc/?). איצטער, אין דער נײַער טעאַטער־קאָמפּאַניע „מאָזאַיִק” (Mosaic), שטעלט ער פֿאָר די נײַע פּיעסע, ווי אַ טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל „קולות פֿון אַ בײַטנדיקן מיטל־מיזרח‟.

„נאָך דער מלחמה‟ קומט פֿאָר אין זומער 2006 אין ישׂראל, נאָכן סוף פֿון דער אַזוי גערופֿענער „צווייטער לבֿנון־מלחמה‟. אין צענטער שטייט די געשטאַלט פֿון דזשאָעל (געשפּילט דורך פּאָל מאָרעלאַ), אַ וועלט־באַרימטער פּיאַניסט, וואָס וווינט שוין ח”י יאָרן אין אויסלאַנד, און איז איצטער געקומען אויף אַ זעלטענעם באַזוך. זײַן אָנקומען רופֿט אַרויס געמישטע רעאַקציעס בײַ די משפּחה־מיטגלידער אין ישׂראל, אי צוליב פּערזענלעכע, אי פּאָליטישע סיבות. די פּערזענלעכע טעמים זענען לײַכט צו דערקלערן: דזשאָעל האָט פֿאַרלאָזט זײַנע פֿאַרעלטערטע טאַטע־מאַמע און זײַן פֿאַרביטערטן ייִנגערן ברודער, און איז מיט זיי דורך די יאָרן קוים געבליבן אין קאָנטאַקט. זיי זענען אָבער בלויז די באַנאַלע אַספּעקטן פֿון דער משפּחה־דראַמע, וואָס אַליין וואָלטן זיי מסתּמא נישט געשאַפֿן אַזוי פֿיל אינטערעס.

דאָס האַרץ פֿון אָט דער משפּחה־דראַמע ליגט אין די פּאָליטישע חילוקי־דעות צווישן דזשאָעל און זײַנע קרובֿים, און בכלל צווישן אים און דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט. דזשאָעל איז געוואָרן נישט אַזוי באַליבט אין ישׂראל צוליב זײַן אָפֿענער קריטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. ס’ווײַזט זיך אויס, אַז דזשאָעלס געשטאַלט איז באַזירט געוואָרן כאָטש צום טייל אויפֿן באַרימטן פּיאַניסט און דיריגענט דניאל באַרנבוים. באַרנבוים האָט זיך געמאַכט אַ שם ווי אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון ישׂראלס מיליטערישע אַקציעס, בפֿרט קעגן די פּאַלעסטינער. אַחוץ עטלעכע קליינע פּרטים — דזשאָעל וווינט אין ניו־יאָרק, און באַרנבוים אין בערלין, למשל — רעדט זיך פֿאַקטיש וועגן די זעלבע פּאַרשוינען.

די מענטשן וואָס דזשאָעל טרעפֿט אין ישׂראל זענען בפֿרט מלא־כּעס אויף אים צוליב זײַן אַנומלטיקער אויפֿטרעטונג אין דער „יו־ען‟. אויף אָט דער צענטראַלער אינטערנאַציאָנאַלער וועלטבינע האָט ער ישׂראל באַשולדיקט אין מלחמה־פֿאַרברעכנס, נאָך ישׂראלס לופֿט־אַטאַקע אין דעם שטעטל קאַנאַ אין דרום־לבֿנון. 27 לבֿנונישע בירגער זענען אומגעקומען פֿון דער באָמבאַרדירונג. דזשאָעל וויל אַוועקשענקען אַלע הכנסות פֿון זײַן קאָנצערט מיטן ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער צו די קינדער פֿון קאַנאַ. ער גלייבט באמונה־שלמה אין דעם כּוח פֿון זײַן מוזיק אַרויסצורופֿן מיטגעפֿיל און רחמנות בײַ אירע ישׂראלדיקע צוהערערס צום לײַדן פֿונעם קעגנערישן צד.

ביסלעכווײַז ווערט אָבער קלאָר, אַז דזשאָעלס נאַיִווע אַספּיראַציעס האָבן נישט קיין אָרט אין דעם הײַנטיקן קלימאַט פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אינטערעסאַנט איז, למשל, דזשאָעלס טרעפֿונג מיט זײַן זון איזי (גיא קאַפּולניק), וואָס האָט אַליין געהאַט עולה געווען אין ישׂראל כּדי צו דינען אין דער ישׂראל־אַרמיי. דווקא איזי, וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ היים פֿון שלום־אַקטיוויסטן, און וואָס שטרעבט צו ווערן אַ גרויסער אָפּערע־זינגער, איז דער וואָס רעאַגירט מיטן גרעסטן געוואַלד קעגן דעם טאַטן און זײַנע פּאָליטישע שטעלונגען. ס’איז אויך קלאָר, אַז איזי לײַדט פֿון פּאָסט־טראַוומאַטישן אָנשטרענג נאָך זײַן מיליטער־דינסט אין לבֿנון.

איזי באַדראָט מיטצונעמען מיט זיך אַ חבֿרה מיליטער־וועטעראַנען און אַראָפּצוּוואַרפֿן זײַן טאַטע פֿון דער בינע, צוליב זײַן קריטיק. אין זייערע אויגן איז דזשאָעל אַן אַנטי־פּאַטריאָטישער בזוי, אַ בוגד וואָס מע זאָל אַרײַנלייגן אין חרם, אָדער נאָך ערגער. ווי באַוווּסט, האָבן נישט ווייניק פֿאַשיסטישע גרופּעס אין דער געשיכטע אַרויסגעשפּראָצט פֿון באַנדעס פֿון געוועזענע סאָלדאַטן, וועלכע פֿלעגן טעראָריזירן די גאַסן, זוכדניק אַלע „נישט־פּאַטריאָטישע‟ עלעמענטן. איז איזיס געשטאַלט בבֿחינת אַ בולטע וואָרענונג קעגן אַזעלכע טענדעצן אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט.

דער כּוח פֿון דער פּיעסע ליגט אין דעם, וואָס זי היט זיך זייער פֿונעם אידעאַליזירן צו פֿיל די געשטאַלט פֿון דזשאָעלן. ער לײַדט פֿון נישט ווייניק בולטע חסרונות: ער קען נישט האַלטן באַדײַטפֿולע באַציִונגען מיט מענטשן; ס’איז נישט אינגאַנצן קלאָר ווי פֿאַרלאָזלעך איז ער באמת, און ער טראָגט אויף זיך שטענדיק די פּאָזע פֿון אַ מאַרטירער, וואָס דערוואַרט אַז מע זאָל מאַכן פֿון אים אַ קדוש. די פּיעסע וועבט אויך אַרײַן דעם סעקסועלן עלעמענט אויף אַן אופֿן וואָס איז מרמז אויף העראָלד פּינטערס באַרימטער פּיעסע „דער צוריקקער אַהיים‟.

דאָס שפּילן אין „נאָך דער מלחמה‟ איז איבערצײַגיק, הגם דער רעזשיסאָר סיני פּתּר (וואָס האָט שוין געאַרבעט אַמאָל אין DC מיט לערנערן) האָט נאָך אַ שטיקל אַרבעט אין אײַנקלעמען און פֿאַרלאַטען דער פּיעסעס כּלערליי עלעמענטן. די פֿאָרשטעלונג שפּילט ביזן 17טן אַפּריל אין „מאָזאַיִק‟־טעאַטער, און האָפֿנטלעך, וועט מע זי נאָך פֿאָרשטעלן אין אַנדערע שטעט.