„לימוד מאָסקווע‟ ציט צו 2,000 ייִדן

Limmud Moscow Attracts 2,000 Jews

די גרופּע וואָלאָנטירן פֿאַר דער עפֿענונג פֿון „לימוד מאָסקווע‟
די גרופּע וואָלאָנטירן פֿאַר דער עפֿענונג פֿון „לימוד מאָסקווע‟

פֿון ייִט״אַ

Published April 14, 2016, issue of April 29, 2016.

מער ווי 2,000 ייִדן זענען די וואָך בײַגעווען אויף דער צענטער קאָנפֿערענץ פֿון Limmud FSU [„לימוד‟ פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד] אין מאָסקווע — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס שטעלט צונויף יערלעכע ייִדישע לערן־פֿאַרזאַמלונגען פֿאַר רוסיש־רעדער.

דאָס איז געווען די גרעסטע צאָל באַטייליקטע אין דער געשיכטע פֿון „לימוד מאָסקווע‟ און די צווייט־גרעסטע אין דער וועלט, נאָך דער בריטישער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ, וווּ עס באַטייליקן זיך יעדעס יאָר בערך 2,600 מענטשן.

די אונטערנעמונג איז שוין געווען אויספֿאַרקויפֿט מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט באַמערקט דער גרינדער פֿון Limmud FSU, חיים טשעסלער. „מיר האָבן פּשוט נישט געהאַט גענוג אָרט אויף מער מענטשן.‟

די הצלחה פֿון דער 4־טאָגיקער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 14טן אַפּריל, איז געווען אַ שטיקל חידוש, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר יאָר איז שטאַרק געוואַקסן די עליה פֿון רוסישע ייִדן קיין ישׂראל — אַ פֿענאָמען, וואָס דער פֿאָרזיצער פֿון דער „סוכנות‟, נתן שטשאַראַנסקי, האָט דערקלערט, איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם פֿינאַנציעלן קריזיס אין רוסלאַנד, אין וועלכן דער רובל האָט פֿאַרלוירן אַ העלפֿט פֿון זײַן ווערט קעגן דעם דאָלער; ווי אויך אַ זאָרג בײַ די רוסישע ייִדן וועגן דעם וווּקס פֿון נאַציאָנאַליזם און אומדעמאָקראַטישע אַקציעס מצד דער רעגירונג.

אין 2015 האָבן 6,700 רוסישע ייִדן עולה געווען קיין ישׂראל — 32% מער ווי אין 2014, און די גרעסטע עליה פֿון אַלע לענדער אין דער וועלט. ס׳רובֿ זענען געקומען פֿון מאָסקווע, פּעטערבורג און אַנדערע גרויסע שטעט מיט געבילדעטע ייִדן, האָט שטשאַראַנסקי געזאָגט. די הויפּטרעדע אויף „לימוד מאָסקווע‟ האָט אָפּגעהאַלטן דער רוסישער הויפּט־רבֿ, בערל לאַזאַרץ צום ערשטן מאָל איז ער געווען אויף „לימוד מאָסקווע‟ זינט 2007, האָט טשעסלער איבערגעגעבן.

אַחוץ הרבֿ לאַזאַר, האָבן אויך אָפּגעהאַלטן לעקציעס דער רוסיש־אַמעריקאַנער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר וולאַדימיר פּאָזנער; די מענטשנרעכט־אַקטיוויסטקע אירינאַ יאַסינאַ און שלמה פּערל, אַ ייִד וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן דורכן פֿאַרשטעלן זיך ווי אַ דײַטשיש ייִנגל און מיטגליד פֿון דער „היטלער יוגנט‟.