סאַודי־עגיפּטישער אָפּמאַך — אַ וואָרענונג פֿאַר איראַן

Saudi-Egyptian Deal – A Warning for Iran

Getty Images

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 14, 2016, issue of April 29, 2016.

די אָפּמאַכן וואָס סאַודיע און עגיפּטן האָבן לעצטנס אונטערגעשריבן זענען, אַ פּנים, אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע מצד דער סאַודישער רעגירונג צונויפֿצושטעלן אַ סוניטישע אַליאַנץ קעגן איראַן, האָט אַ באַריכט אין דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟ איבערגעגעבן די וואָך.

די סאַודי־אָנגעפֿירטע קאָאַליציע וואָס קעמפֿט קעגן די איראַן־געשטיצע „כוטיס‟ אין תּימן; די באַמיִונגען פֿון סאַודיע און אַנדערע גאָלף־לענדער צו אונטערדריקן „כעזבאָלאַ‟, און די פֿינאַנציעלע שטיצע מצד די „גאָלף‟־לענדער פֿאַר די סירישע אויפֿשטענדלער, זענען די בולטסטע באַווײַזן פֿונעם פֿאַראייניקטן פֿראָנט קעגן דער איראַניש־אָנגעפֿירטער שיִיִטישער אַליאַנץ.

דערצו האָט דער סאַודישער קעניג סאַלמאַן נישט בלויז באַזוכט דעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַבדעל פֿאַטאַך אַל־סיסי די וואָך, נאָר אויך דעם טערקישן פּרעזידענט, רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָהאַן. אין דער זעלבער צײַט האָט דער סאַודישער פֿאַרטרעטער פֿונעם פּרינץ און שוץ־מיניסטער מאָכאַמעד בין סאַלמאַן באַזוכט דעם יאָרדאַנישן קעניג אַבדולאַ, וווּ זיי האָבן אין איינעם אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן דעם איראַנישן אַרײַנמישן זיך אין די ענינים פֿונעם ראַיאָן.

צחי הנגבי, וועלכער פֿירט אָן מיט אויסלענדישע ענינים און מיטן שוץ־קאָמיטעט אין דער כּנסת, האָט געזאָגט, אַז ישׂראל איז בכלל נישט קעגן דעם אָפּמאַך צווישן עגיפּטן און סאַודיע; בפֿרט דעם פּלאַן, אַז עגיפּטן זאָל אומקערן סאַודיע די צוויי אינדזלען פֿונעם ים־סוף, אָדער דעם פּראָיעקט צו בויען אַ בריק צו פֿאַרבינדן די צוויי לענדער, ווײַל „דאָס זענען סימנים, אַז די אַראַבישע מלוכות פּרוּוון זיך פֿאַראייניקן קעגן דער איראַנישער סכּנה.‟

„עס שטערט אונדז נישט ווײַל די סאַודיס האַלטן פֿון דער פֿרײַהייט פֿון האַנדל לויטן אינטערנאַציאָנאַלן געזעץ, וועלן זיי זיכער נישט שטערן אונדזער אָפּמאַך מיט עגיפּטן,” האָט הנגבי געזאָגט. „ס׳איז בכלל אין ישׂראלס אינטערעסן צו פֿאַרברייטערן די צוזאַמענאַרבעט אין דער סוניטישער אַליאַנץ, וואָס קעמפֿט קעגן דעם ראַדיקאַלן בלאָק אָנגעפֿירט פֿון איראַן.‟