ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 13, 2016, issue of April 29, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

בעת אַ זיצונג פֿון דעם נאַציאָנאַלן סעמינאַר, „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟
בעת אַ זיצונג פֿון דעם נאַציאָנאַלן סעמינאַר, „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟

סעמינאַר אויף דער טעמע — „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟

פֿונעם 9טן ביזן 11טן אַפּריל האָט דער אַרגענטינער ייִװאָ דורכגעפֿירט אַ נאַציאָנאַלן סעמינאַר אַד״ט „ייִדיש אין 21סטן יאָרהונדערט‟. דער ציל איז געװען פֿאַרשפּרייטן און סטימולירן ייִדיש־לימוד און ייִדיש־פֿאָרשונג ספּעציעל פֿאַר די קהילות פֿון אינערן פֿון לאַנד. איבער 100 באַטייליקטע פֿון בוענאָס־אײַרעס, לאַ פּלאַטאַ, סאַן כואַן, טשאַקאָ, ראָזאַריאָ, מאָזעסװיל, קאָרדאָבאַ און אַפֿילו אַ פֿאָרשטייערין פֿון מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, האָבן במשך פֿון 3 טעג גענאָסן פֿון די בײַטראָגן פֿון יונגן דור און זייערע לערערס.

מוצאי־שבת האָט דער פֿאָרזיצער פֿון ייִװאָ, אָסקאַר יחזקאל האַנסמאַן דערעפֿנט דעם סעמינאַר, דערמאָנענדיק די פֿאַרבינדונגען פֿון שמואל ראָזשאַנסקי און ייִװאָ סוף 20ער יאָרן, מיט דער פּראָװינץ בײַם זאַמלען אַרכיװ־מאַטעריאַלן, װאָס באַדינען ביזן הײַנטיקן טאָג פֿאָרשערס פֿון דער גאַנצער װעלט. ראָבערטאָ בראָזטאָװסקי, פֿאָרשטייער פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס האָט אונטערגעשטראָכן די שטיצע און די טעטיקייטן פֿאַר ייִדיש, װאָס דער „ייִדיש־צענטער‟ אין װילנע פֿירט דורך במשך די לעצטע צװיי יאָר.

דער דירעקטאָר פֿון ייִװאָ האָט געהאַלטן די ערשטע לעקציע װעגן „אַן אומבאַקאַנטער שלום־עליכם‟ און אַזוי דערעפֿנט דאָס שלום־עליכם־יאָר. ער האָט דערמאָנט, װי דער פֿינאַנציעלער קריזיס פֿון דער „באַרינג־באַנק‟ אין 1890 אין לאָנדאָן האָט גורם געװען, חוץ זײַנע דורכפֿאַלן אויף דער בערזע, צו זײַן באַנקראָט. אַזוי איז אין 1892 געבוירן געװאָרן זײַן „מנחם מענדל‟ און די ערשטע בריװ האָבן דעם טיטל „לאָנדאָן‟. ער האָט רעפֿערירט װעגן זײַן שטיצע צו דעם ציוניסטישן געדאַנק, זײַן קעגנערשאַפֿט צום באַראָן הירשס פּראָיעקט אין אַרגענטינע, זײַן באַגעגעניש אויפֿן ציוניסטישן קאָנגרעס אין האַג אין 1907 מיטן ערשטן עולה פֿון אַרגענטינע און דערמאָנט איינע פֿון זײַנע אײַזנבאַן געשיכטעס, „אַ מענטש פֿון בוענאָס־אײַרעס‟. אויך זײַן פּראָיעקט װעגן ייִדישע שטומפֿילמען, נאָכן האָבן געזען טשאַרלי טשאַפּלינס פֿילמען אין 1914, זײַנען דערמאָנט געװאָרן אויף דער לעקציע. דער אָװנט איז געשלאָסן געװאָרן מיט אַ לעקציע װעגן ייִדישע װיגלידער פֿון דער אַקאַדעמישער לייטערין פֿון ייִװאָ, אסתּר שװאַרץ, פּרעכטיק אילוסטרירט מיט די לידער, װאָס די קינסטלערין רות גאָלדפֿאַרב האָט פֿירגעבראַכט.