אַ צעטיילונג

A Divide

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 17, 2016, issue of May 13, 2016.

מײַן גורל האָט מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק זיך אַזוי אַ דריי געטאָן, אַז איך האָב זיך באַזעצט אין ענגלאַנד און אין אַ געוויסער צײַט אַרום געוואָרן אַ בירגער פֿונעם לאַנד. אויף וויפֿל איך ווייס, איז הײַנט די פּראָצעדור פֿון ווערן אַ בריטישער בירגער געוואָרן קאָמפּליצירטער ווי אין „מײַנע‟ יאָרן. איך, ווי אויך מײַן ווײַב, האָבן געמוזט געבן אַ שבֿועה דער מלכּה, אָבער געמיינט האָט עס פּראַקטיש, אַז מיר זײַנען אַוועק אין דער ערשטער בעסטער אַדוואָקאַטישער קאָנטאָר, וווּ דער סאַמע ייִנגסטער אַדוואָקאַט האָט פֿאַר פֿינף פֿונט מזומן אויסגעהערט ווי מיר האָבן איבערגעלייענט דעם טעקסט פֿון דער שבֿועה. דאָס איז געווען דער גאַנצער ריטואַל.

די שבֿועה מיינט ניט נאָר צו זײַן געטרײַ דער מלכּה, נאָר — אין תּוך אַרײַן — אויך אָננעמען די טראַדיציע, וואָס הערשט אין גרויס־בריטאַניע, דהײַנו: צו האַלטן אַן אויג אויף דער סאַמע פּאָפּולערער זייף־אָפּערע — די געשעענישן אין דער קיניגלעכער משפּחה. עס מאַכט זיך דאָרטן צו מאָל אַ סקאַנדאַלעכל און צו מאָל אַ ריכטיקער סקאַנדאַל. עמעצער האָט חתונה און עמעצער האָט אַ קינד. מע פֿאַרפּוצט זיך, ווײַל דער עולם וואַרט זשעדנע אויף נײַע פֿאָטאָ־ און קינאָ־אימאַזשן פֿון דער משפּחה; און אַזוי גייט עס — טאָג־אײַן טאָג־אויס, יאָר־אײַן יאָר־אויס.

ס’איז וויכטיק, אָבער, אַז די קיניגלעכע זייף־אָפּערע פֿאַרשטעלט ניט קיין אַנדערע געשעענישן. די טעלעוויזיע הערט ניט אויף צו ווײַזן אויך, וואָס עס קומט פֿאָר אין דעם רעאַלן לעבן. דאָס רעאַלע לעבן גייט אָן ווײַטער אויך בשעת די כּלערליי וואַלן, ווײַל די וואָלט אַליין זײַנען טאַקע וואַלן און ניט קיין זייף־אָפּערעס. בעת די וואַלן גייט די רייד, דער עיקר, ניט וועגן די פּערזענלעכקייטן פֿון די קאַנדידאַטן און די ווײַבער צי מענער זייערע; מע שאַצט זיי אָפּ, קודם־כּל, ווי מענטשן, וואָס שטייען בראָש די קאָנקורירנדיקע פּאַרטייען און האָבן פֿאַרשיידענע פּראָגראַמען לגבי עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און אַנדערע פּראָבלעמען.

אין אַמעריקע זעט אויס די גאַנצע זאַך אין גאַנצן אַנדערש, בפֿרט אויף דער טעלעוויזיע. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין דער וועלט קומט פֿאָר בלויז איין זאַך: מע רעדט וועגן די לײַט, וועלכע עס גלוסט זיך צו פֿאַרברענגען פֿיר צי אפֿשר אַפֿילו אַכט יאָר אין „ווײַסן הויז‟. דערצו האָט דער באַגריף פֿון „פּאַרטיי‟ ווייניק, צי אַפֿילו גאָרנישט, צו טאָן מיט „פּאַרטיי‟, ווי מע פֿאַרשטייט עס אין אייראָפּע.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.