ייִדיש־לעקטאָר געזוכט אין מישיגען

Yiddish Lecturer Sought at Michigan

ד״ר דזשעפֿרי וויידלינגער
ד״ר דזשעפֿרי וויידלינגער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 17, 2016, issue of May 13, 2016.

דער „צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אויפֿן נאָמען פֿון דזשין און סאַמועל פֿרענקל‟ בײַם „מישיגענער אוניווערסיטעט‟ אין ען־אַרבאָר האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז מע זוכט עמעצן צו לערנען ייִדיש אויף צוויי מדרגות, ווי אויך אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער קולטור. דער פּאָסטן גילט אויף איין יאָר און נעמט אויך אַרײַן אַדמיניסטראַטיווע אַרבעט, אַרײַנגערעכנט דאָס מאַכן קירובֿ פֿאַר דער ייִדיש־פּראָגראַם און דאָס אָנפֿירן מיט אַ וועכנטלעכן ייִדיש־טיש. דער פּאָסטן וועט מסתּמא קענען פֿאַרלענגערט אויף דרײַ יאָר. דער קאַנדידאַט מוז שוין האָבן אַ מאַגיסטער אין ייִדישע שטודיעס אָדער אַן ענלעך פֿעלד און פֿליסיק באַהערשן די ייִדישע שפּראַך. ער אָדער זי זאָל אויך זײַן באַהאַוונט אין נײַע פּעדאַגאָגישע מעטאָדן פֿון שפּראַך־לערערײַ און קענען גוט די ייִדישע ליטעראַטור.

די פֿאַראינטעריסירטע קאַנדידאַטן זאָלן אַרײַנשיקן אַ בריוו, צוזאַמען מיט אַ קוריקולום־וויטאַ, אַ דערקלערונג וועגן זייער צוגאַנג צום לערנען און זייער פּעדאָגאָגישע פֿילאָסאָפֿיע, באַווײַזן פֿון „אויסערגעוויינטלעכקייט בײַם לערנען‟, 2 מוסטערן פֿון לערן־פּלענער און דרײַ רעקאָמענדאַציע־בריוו דעם דירעקטאָר פֿונעם „פֿרענקל־צענטער‟ ד״ר דזשעפֿרי וויידלינגער אויף JudaicStudies@umich.edu.

מישיגען איז געוואָרן אַ צענטער פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין די לעצטע יאָרן אַ דאַנק דעם „פֿרענקל־צענטער‟, וווּ עס אַרבעטן אַ ריי פּראָפֿעסאָרן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש, אַרײַנגערעכנט: אונדזער קאָלעגע ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו, ד״ר זשעפֿרי וויידלינגער, ד״ר דעבראַ דאַש־מאָר, ד״ר מאיה ברזלי און ד״ר אַניטאַ נאָריך. בײַם „מישיגענער־אוניווערסיטעט‟ לערנען זיך אויך אַ ריי גראַדויִר־סטודענטן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. דערצו האָבן די ביז־גראַדויִר־סטודענטן, וואָס באַקומען אַ דיפּלאָם אין ייִדישע שטודיעס, די מעגלעכקייט אויסקלײַבן צו פֿאָקוסירן זיך אויף ייִדיש אַנשטאָט העברעיִש.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.