עדיטאָריאַל: איז כּדאַי אײַנצופֿירן קיטניות פּסח?

Editorial: Is the Kitniut Switch Worth It?

דרײַ באַליבטע אַשכּנזישע מאכלים לכּבֿוד פּסח: געפֿרישטע מצה, האָלעפּצעס מיט מצה־פֿילעכץ און קניידלעך מיט יויך
דרײַ באַליבטע אַשכּנזישע מאכלים לכּבֿוד פּסח: געפֿרישטע מצה, האָלעפּצעס מיט מצה־פֿילעכץ און קניידלעך מיט יויך

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published April 17, 2016, issue of May 13, 2016.

פּסח, וואָס הייבט זיך אָן דעם קומעדיקן פֿרײַטיק, וועט הײַיאָר בײַ קאָנסערוואַטיווע און אַ צאָל אַנדערע ייִדן האָבן אַ גאָר אַנדערן טעם, און דאָס איז נישט בלויז פֿיגוראַטיוו גערעדט: דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט דער הלכה־קאָמיטעט פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג געפּסקנט, אַז אַשכּנזישע ייִדן מעגן פּסח עסן קיטניות, און ווי אַ פּועל־יוצא וועלן אַ סך מיטגלידער פֿון די קאָנסערוואַטיווע סינאַגאָגעס הײַיאָר בײַטן זייער מעניו.

קיטניות איז אַ קאַטעגאָריע שפּײַז, וואָס איז נישט חמץ, אָבער די אַשכּנזישע ייִדן עסן עס פֿאָרט נישט פּסח. (די ספֿרדים און תּימנער ייִדן — יאָ). די קאַטעגאָריע נעמט אַרײַן אַלע מינים בעבלעך, קוקורוזע, רײַז, אַרבעס, לינדזן און רבי־ניסלעך.

במשך פֿון די לעצטע פּאָר וואָכן האָב איך געלייענט אויף „פֿייסבוק‟ און געהערט פֿון מײַנע באַקאַנטע גאַנצע שמועסן וועגן דעם נײַעם פּסק. מע פֿרייט זיך וואָס, סוף־כּל־סוף, וועט מען קענען פֿאַרברייטערן דעם מעניו אויף די סדרים און במשך פֿונעם גאַנצן אַכט־טאָגיקן יום־טובֿ.

קיינער ווייסט נישט פֿאַר וואָס דער פֿאַרווער קעגן קיטניות איז בכלל אײַנגעפֿירט געוואָרן, אָבער דאָס ערשטע מאָל, וואָס דער ענין ווערט דערמאָנט, איז געווען אין פֿראַנקרײַך אינעם 13טן יאָרהונדערט. במשך פֿון דער צײַט האָט זיך דער מינהג פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אייראָפּע. אַ טייל רבנים האַלטן, אַז ס׳איז צוליב דעם וואָס געוויסע מינים קיטניות זעען אויס ווי חמץ (ווי ווייץ, למשל) און דערפֿאַר קען עס דערפֿירן צו דעם, אַז מענטשן וועלן על־פּי־טעות אויך עסן חמץ. אַנדערע זאָגן, ס׳איז ווײַל קיטניות ווערט אָפֿט קולטיווירט אין פֿעלד נאָענט צו די חמצדיקע געוויקסן, און מע האַלט זיי אויך אין סקלאַד נאָענט צוזאַמען, און דערפֿאַר קאָנען די פּראָדוקטן זיך על־פּי־טעות אויסמישן.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז די טראַדיציע בײַ די אַשכּנזים געוואָרן אַזוי שטאַרק אײַנגעגלידערט אינעם כאַראַקטער פֿון פּסח, אַז די סיבה פֿאַרן נישט עסן קיטניות איז שוין מער נישט רעלעוואַנט, האָבן צוויי אָרטאָדאָקסישע רבנים, יעקבֿ לובאַן און אלי גערסטען, פֿאַראַיאָרן געשריבן אינעם זשורנאַל Jewish Action. בקיצור, געוויסע טראַדיציעס זענען אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיטן ריטואַל, אַז עס נעמט ממש אָן די שטרענגקייט פֿון דין.

ווי איינע וואָס ניצט קיטניות זייער אָפֿט אַ גאַנץ יאָר, בפֿרט בײַם צוגרייטן וועגעטאַרישע מאָלצײַטן, פֿאַרשטיי איך גוט די פֿרייד פֿון די קאָנסערוואַטיווע ייִדן בײַם קענען אַרײַננעמען קיטניות אין זייער פּסחדיקן געקעכטס. בעבלעך און לינדזן זענען געשמאַקע קוואַלן פֿון פּראָטעיִן, און רײַז גיט אַ נײַע מעגלעכקייט זיך אָנצוזעטיקן פּסח אַחוץ מצה, קאַרטאָפֿל, און „געדיכטע‟ פֿלייש־מאכלים. און דאָך…



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.