באַזונדערע חורבן־אַקאַדעמיע ווי אַ פּראָטעסט

Separate Holocaust Vigil As a Form of Protest

דער קראָאַטישער קולטור־מיניסטער זלאַטקאָ כאַסאַנבעגאָוויטש
דער קראָאַטישער קולטור־מיניסטער זלאַטקאָ כאַסאַנבעגאָוויטש

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 17, 2016, issue of May 13, 2016.

די קראָאַטישע ייִדישע קהילה האָט פֿרײַטיק, דעם 15טן אַפּריל, דורכגעפֿירט אַ חורבן־אַקאַדעמיע אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן אומברענג־לאַגער יאַסענאָוואַץ, אַ וואָך פֿאַר דער אָפֿיציעלער חורבן־אָפּמערק־צערעמאָניע, ווי אַ פּראָטעסט־אַקציע קעגן דער רעגירונג. די ייִדן טענהן, אַז די קראָאַטישע מלוכה־פֿירער טוען נישט גענוג אײַנצוצאַמען דעם גיכן וווּקס פֿון נעאָ־נאַציזם אין לאַנד.

בערך 300 ייִדן האָבן זיך באַטייליקט אין דער מאַניפֿעסטאַציע אין יאַסענאָוואַץ, לעבן זאַגרעב.

דער „סערבישער נאַציאָנאַלער ראַט‟ אין קראָאַטיע האָט אויך געמאָלדן, אַז ער וועט בויקאָטירן די אָפֿיציעלע צערעמאָניע.

אָגניען קראַוס, דער פּרעזידענט פֿונעם „קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿון די ייִדישע קהילות‟, האָט געמאָלדן, אַז די ייִדישע קהילה האָט באַשלאָסן צו בויקאָטירן די אָפֿיציעלע הזכּרה־צערעמאָניע ווי „אַ וואָרענונג‟ צו די נײַע רעכט־געשטימטע פּאָליטישע פֿיגורן, וואָס פּרוּוון „ריינוואַשן‟ די פֿאַרברעכנס, דורכגעפֿירט פֿונעם פּראָ־נאַציסטישן רעזשים אין קראָאַטיע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט קראַוס דערקלערט.

אַ צאָל קראָאַטישע ייִדן און נישט־ייִדן האָבן לעצטנס אויסגעדריקט זאָרג וועגן געוויסע פֿיגורן אין דער קראָאַטישער רעגירונג, וואָס האָבן אָנגעקניפּט פֿאַרבינדונגען מיט עקסטרעמע נאַציאָנאַליסטן. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים זענען פֿאָרגעקומען אַ ריי אינצידענטן, וווּ די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטן האָבן בעת די עפֿנטלעכע אונטערנעמונגען אויסגערופֿן נאַציסטישע לאָזונגען.

אַ סך קראָאַטן האָבן שוין גערופֿן פֿאַר דער דעמיסיע פֿונעם קולטור־מיניסטער זלאַטקאָ כאַסאַנבעגאָוויטש, וואָס סימפּאַטיזירט מיטן „אוסטאַשאַ־רעזשים‟, זאָגן זיי.

„אוסטאַשאַ‟ איז געווען אַ קראָאַטישע פֿאַשיסטישע אָרגאַניזאַציע צווישן 1929 און 1945, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער פֿאַרטיליקונג פֿון הונדערטער טויזנטער ייִדן, סערבן, ציגײַנער און אַנטי־פֿאַשיסטישע אָדער דיסידענטישע קראָאַטן אין יוגאָסלאַוויע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

אַ סך פֿון די קרבנות זענען אומגעקומען אין יאַסענאָוואַץ, וואָס איז אויך באַקאַנט ווי „דער קראָאַטישער אוישוויץ‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.