רוסן פֿאָדערן פֿאַרווער פֿון חב״ד־באַוועגונג

Russians Demand Ban on Chabad Movement

צוויי דעמאָנסטראַנטן מיט אַ שילד: „חב״ד ברענגט אַרײַן שלעכטס‟
צוויי דעמאָנסטראַנטן מיט אַ שילד: „חב״ד ברענגט אַרײַן שלעכטס‟

פֿון ייִט״אַ

Published April 19, 2016, issue of May 13, 2016.

אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן אין דער רוסישער שטאָט פּערם האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת געפֿאָדערט די באַזײַטיקונג פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, נאָך דעם ווי די מוניציפּאַליטעט האָט באַשלאָסן איבערצוגעבן אַ געוויסן ראַיאָן דער ייִדישער קהילה, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. די קהילה ווערט אָנגעפֿירט דורך אַ חב״ד־רבֿ.

מער ווי 100 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דער מאַניפֿעסטאַציע לעבן דעם באַשטימטן ראַיאָן, 870 מײַל מיזרח פֿון מאָסקווע. די דעמאָנסטראַנטן האָבן געזונגען אַ פּאַטריאָטיש ליד, „הייליקער קאַמף‟, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט רוסלאַנדס אַמאָליקן קאַמף קעגן נאַצי־דײַטשלאַנד.

שוין יאָרן לאַנג ווי עס וואַקסן די אומרוען קעגן די ייִדן אין פּערם. אין 2013 איז די אָרטיקע קהילה באַשולדיקט געוואָרן אין ניצן אַ טעאַטער־זאַל אָן דערלויבעניש. אינעם זעלבן יאָר האָט עמעצער געפּרוּווט אָנצינדן די אָרטיקע שיל.

דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת האָבן די דעמאָנסטראַנטן זיך באַוויזן מיט שילדן, „חב״ד — אַרויס!‟ און „באַפֿרײַט אונדז, רוסן, פֿון חב״ד‟. איין מענטש האָט געהאַלטן אַ טראַנספּאַראַנט מיט די ווערטער: „דער חב״ד־ייִשובֿ איז אַריבער די גרענעץ: 1547‟ — אַ רמז אויפֿן באַשלוס פֿון „איוואַן דער שרעקלעכער‟, אַן אייבער־פּרינץ אין מאָסקווע, צו פֿאַרווערן די ייִדן צו וווינען אין זײַן קיניגרײַך, ווײַל „זיי ברענגען אַרײַן אַ סך שלעכטס‟.

די אַנדערע באַטייליקטע אין דער דעמאָנסטראַציע האָבן אָבער דערקלערט, אַז זיי פּראָטעסטירן בלויז קעגן חב״ד, און נישט קעגן די ייִדן אין אַלגעמיין, האָט איבערגעגעבן די רוסישע נײַעס־אַגענטור, „אוראַ‟.

ברוך גאָרדין, אַ הויפּט־פֿיגור בײַם רוסישן חב״ד און דער געהילף פֿון איינעם פֿון די צוויי הויפּט־רבנים אין רוסלאַנד, בערל לאַזאַר, האָט געטענהט, אַז די קאַמפּאַניע אין פּערם קעגן חב״ד איז, אין דער אמתן, אַ פֿאָרם פֿון אַנטיסעמיטיזם.

„זייער פּרוּוו צו שילדערן חב״ד אויף איין אופֿן, און די ייִדישע קהילה אויף אַ צווייטן, איז אַ פֿאַלשער,‟ האָט גאָרדין געזאָגט דער ייִט״אַ. אין רוסלאַנד איז חב״ד די גרעסטע ייִדישע באַוועגונג, מיט צווײַגן אין מער ווי 100 שטעט. אונטערן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט מען שוין אויסגעטיילט אַ צאָל ערטער פֿרײַ פֿון אָפּצאָל צו קריסטלערע, ייִדישע און מוסולמענישע אָרגאַניזאַציעס, אָפֿט מאָל ווי אַ פֿאַרגיטיקונג אין שײַכות מיט די פֿאַרמעגנס צוגעגנבֿעט בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.