דער סדר: טראַדיציאָנעל צי פּראָגרעסיוו?

Seder: Traditional Or Progressive?

אַ וועלטלעכע הגדה (רעכטס) און אַ גרופּע באַטייליקטע בײַ אַן „אַרבעטער־רינג‟־סדר
אַ וועלטלעכע הגדה (רעכטס) און אַ גרופּע באַטייליקטע בײַ אַן „אַרבעטער־רינג‟־סדר

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 21, 2016, issue of May 13, 2016.

יעדעס יאָר איז אינטערעסאַנט צו זען, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע וועלט־פֿיגורן באַגריסן די ייִדן מיטן קומענדיקן חג־הפּסח. דעם 17טן אַפּריל האָט הילאַרי קלינטאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אירע פּסח־וווּנטשן מיט אַ קלאָרער כּוונה צו געבן אַ שטאָך איר קאָנקורענט, בערני סאַנדערס. זי האָט געשילדערט בנימין נתניהו ווי אַ נײַעם משה רבינו, און די אַנטי־ציוניסטישע בויקאָט־אַקטיוויסטן — ווי אַ נײַעם פּרעה. לויט קלינטאָנס אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אין דער רעכטער צײַטונג „טײַמס פֿון ישׂראל‟, מוז אַמעריקע בלײַבן אַ גרויסער גלאָבאַלער כּוח, כּדי צו באַשיצן די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט.

מיט אַ וואָך פֿריִער, דעם 7טן אַפּריל, האָט מיכאל לערנער, אַ באַקאַנטער פּראָגרעסיווער ראַבינער, פּובליקירט אין זײַן זשורנאַל „תּיקון‟ אַ נײַעם אָפּטײַטש פֿון דער פּסחדיקער הגדה, וווּ די באַוועגונג „אָקופּירט וואָל־סטריט‟ ווערט אַסאָציִיִרט מיט יציאת־מצרים. אין זײַן קאָמענטאַר, דערקלערט לערנער, אַז דאָס צעברעכן די מיטלעכע מצה אויף צווייען בײַם סדר — „יחץ‟ — רעפּרעזענטירט דעם חלום צו צעטיילן ארץ־ישׂראל גלײַך צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער. לויט זײַן פּאָליטישער פּערספּעקטיוו, פֿירט די הײַנטיקע מדינת־ישׂראל אויס די ראָלע פֿונעם פּרעה לגבי די פֿאַרשקלאַפֿטע פּאַלעסטינער.

אין זײַן הגדה־פּירוש, קריטיקירט לערנער אויך גאַנץ שאַרף דעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם. אין די אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער, אַרײַנגערעכנט די פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע, איז אויך באַקאַנט אַזאַ אָפּטײַטש פֿון יציאת־מצרים, לויט וועלכן דער הײַנטיקער פּרעה איז די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אַזוי צי אַזוי, באַקומט זיך, אַז דער מעכטיקער אימאַזש פֿון קריעת־ים־סוף, פֿאַרבונדן מיטן קומענדיקן ייִדישן יום־טובֿ, ווערט באַנוצט אין דער גאַנצער וועלט ווי אַן אַלגעמיינער סימבאָל פֿון יושר און פֿרײַהייט, הגם אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן פֿון פּאָליטישער רעטאָריק קאָנען די ראָלעס פֿון די גוטע און שלעכטע פּערסאָנאַזשן זיך גרינג אויסטוישן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.