גוט יאָנטיף, פּאָנטיף!

Gut Yontef, Pontiff!

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published April 25, 2016, issue of May 13, 2016.

אַ מאָדנע פֿאָלק זענען מיר, אַ געמיש פֿון פֿאַרשיידענערליי ייִדן — כּשרע, טריפֿענע, פֿליישיקע, מילכיקע, פּאַרעווע, לינקע, רעכטע, עכטע, פֿרעמדע, אייגענע, ייִדן פֿון הערן און געדענקען.

נעמט זיך אין זינען יענעם מאָמענט, ווען מיר, אַלע דורות, זײַנען געשטאַנען בײַם באַרג סיני און משה רבינו איז אַראָפּגעקומען פֿון זײַן היכל מיט די צען געבאָט און דערזען, אַז ווי נאָר ער האָט אָפּגעלאָזט די לייצעס אַזוי האָט מען שוין גענומען דינען דעם גאָלדענעם קאַלב.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן דערצאָרנט דערמיט אויך גאָט. פֿרעגט שוין נישט וואָס ס׳האָט זיך אָפּגעטאָן, דער רבונו־של־עולם איז געוואָרן אין כּעס און געשטורעמט מיט אַ וואָרענונג: „ייִדעלעך, אַז איר וועט נישט זײַן קיין לײַטישע מענטשן וועל איך אײַך אָנטאָן דעם באַרג אויפֿן קאָפּ!‟

נאָך אַזאַ ברוך הבא, האָט מען זיך גענומען אין די הענט אַרײַן אָבער בלויז אויף אַ ווײַל, און באַלד זיך גענומען שפּאַלטן, נישט נאָר אויף פֿאַרשיידענע עדות, נאָר אויך אויף פֿאַרשיידענע השׂגות און גיי זײַ אַ חכם און פֿאַרשטיי וואָס ס׳טוט זיך מיט אונדז…

איז די מעשה אַזאַ, וואָס האָט מיך אויפֿגעבראַכט דאָס מאָל ווילט איר וויסן? נישט קיין אַנדערער ווי דער „מ׳שטײַנס געזאָגט, ייִד‟, וואָס צילעוועט זײַן פֿײַל און בויגן דווקא אויפֿן „ווײַסן הויז‟, מיט אַזאַ אימפּעט און טרעוואָגע, אַז ס׳פֿעלט אים אויס אָטעם, נישט דאָס לשון.

געזען אַז די קלינטאָן־פּלוניתטע וויל פֿון אים מאַכן קרעפּל־פֿלייש, האָט ער צונויפֿגעשלעפּט די מאָנאַטקעס מיט די פּאָר שמאַטקעס און געמאַכט אַ ויברח צום פּויפּסט אין וואַטיקאַן, עד כּאן.

קינדערלעך, ווען ס׳וואָלט אין דעם וואַטיקאַן געשטעקט דורך דור דורות כאָטש אַ קרישקע פֿון רחמים פֿאַר דער מענטשהייט, שוין אָפּגערעדט — פֿאַר די ייִדן, וואָלטן מיר, אחינו בני ישראל נישט אַדורכגעמאַכט דעם גיהנום אויף דער וועלט. נאָך אַלעמען, דער וואַטיקאַן איז באַקאַנט ווי דער באַסטיאָן פֿון גלײַכגילטיקייט נישט נאָר צו ייִדישע לײדן, נאָר אפֿילו צו זייערע אייגענע מיטברידער — קריסטן איבער דער וועלט, וואָס מע פּײַניקט זיי הײַנט מיט מכּות רצח. נו, די גאַנצע זאַך גייט זיי אָן ווי די נעכטיקע וועטשערע…

דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן „אויך מיר אַ ייִד!‟ — בערני סענדערס, דער ייִד דער שתּדלן, און בלויז ווען מ׳האָט אים צוגעשטעלט צום ווענטל האָט ער אויסגעזאָגט אַז ער איז אַ ייִד, און אַז די עלטערן זײַנען אַרויסגעקומען פֿון אַ קליין שטעטל ערגעץ אין פּוילן, און אַז זײַן גאַנצע משפּחה איז אומגעקומען בײַ היטלערן.

וווּ האָט ער זיך אָנגעשטעקט מיטן יושר און גערעכטיקייט, מיט „אַלע גלײַך‟? אין קאַלעדזש, זאָגט ער, ווען ער האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר דער קריוודע אַרום אים און אַראָפּ מיטן מלך־קיסר, און הײַנט — אַראָפּ מיט די בענק און „וואָל־סטריט‟. ס׳קלינגט גוט, ממש ווי אַן אָפּקלאַנג פֿון אונדזערע נבֿיאים. ווען ער ווייסט כאָטש פֿון וואַנען ס׳זײַנען געקומען צו אים אַזעלכע רייד וואָלט ער ווייניקער געשטורעמט און מער זיך געגריבלט אין די נעכטיקע טעג.

איז אים פֿאַרבליבן אַ לעצטער און ענדגילטיקער שריט, בלויז דער פּויפּסט קען אים ראַטעווען און צושטעלן דעם טראָן מיט דער רויטער פֿאָן, נאָך אַלעמען איז דער פּויפּסט פֿאָרט אַ פּויפּסט. צוויי רעוואָליוציאָנערן אויפֿן דרך היושר און גערעכטיקייט, הוראַ! הוראַ!

וויל איך בלויז באַטאָנען, אַז בערני האָט עפּעס אַ צוויידײַטנדיקע באַציונג צו מדינת־ישׂראל, צו זײַן אייגענעם שטאַם, צו זײַן קולטור, שפּראַך און טראַדיציע. כ׳הייב נישט אָן צו וויסן צי ער שעמט זיך דערמיט, צי ער האַלט זיך פֿאַר אַן אינטערנאַציאָנאַליסט וואָס אַנטלויפֿט פֿון זיך אַליין, צי ער איז אויסן צו טאַנצן דעם בערן־טאַנץ מיטן פּויפּסט.

בערני איז נישט קיין יחיד־במינו, מיר האָבן פֿאַרמאָגט און פֿאַרמאָגן ביזן הײַנטיקן טאָג אַ פּלעיאַדע מיט בערניס, און אַלע מיטן משיח־קאָמפּלעקס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.