נאָך דער ווילנער געטאָ

Beyond the Vilna Ghetto

מאַשע ראָלניק
מאַשע ראָלניק

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published April 25, 2016, issue of May 13, 2016.

די שרײַבערין מאַשע ראָלניק (אָדער ראָלניקײַטע, לױט איר ליטװישן נאָמען), װאָס איז ניפֿטר געװאָרן דעם 7טן אַפּריל, איז באַרימט געװאָרן, קודם־כּל, צוליב איר אױטאָביאָגראַפֿישער קראָניק „איך מוז דערצײלן‟.

ווי דער „פֿאָרווערטס‟ האָט שוין פֿריִער איבערגעגעבן, איז זי געװען כּמעט פֿערצן יאָר אַלט װען זי, אין אײנעם מיט איר מאַמען, שװעסטער און ברודער, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין װילנער געטאָ. דאָס בוך דערצײלט װעגן דעם, װאָס זי האָט איבערגעלעבט, צוערשט, אין דער געטאָ און דערנאָך אין די דײַטשישע אַרבעטס־לאַגערן. עס איז אַרױס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אױף ליטװיש אין 1963, און אױף רוסיש אין 1965. אױך אױף ייִדיש איז עס דערשינען אין װאַרשע, מיט דער הילף פֿון דער סאָװעטישער נײַעס־אַגענטור. אַזױ אַרום איז ראָלניק אָפֿיציעל אָנערקענט געװאָרן אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור. אירע װײַטערדיקע ליטעראַרישע װערק זײַנען לרובֿ געװידמעט דער מלחמה־טעמע, הגם די העלדן זײַנען שױן געװען אױסגעטראַכטע.

זינט דעמאָלט איז „איך מוז דערצײלן‟ אַרױס אױף אַכצן שפּראַכן, הגם ניט אױף ענגליש. דאָס בוך איז ניט אַרײַן אינעם אַמעריקאַנער־ייִדישן קאַנאָן פֿון דער חורבן־ליטעראַטור. די סיבה בלײַבט ניט קלאָר: איז עס צו „סאָװעטיש‟? אָדער צו „ליטװיש‟? אָדער אפֿשר פּאַסט זיך דאָס בוך ניט אַרײַן אין צו דער „אָפֿיציעלער‟ געשיכטע פֿונעם װילנער געטאָ, װי מע האָט עס געשאַפֿן אין אַמעריקע און ישׂראל? דאָס איז אַ פֿראַגע פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון דער אַמעריקאַנער חורבן־קולטור. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז דער גורל פֿון ראָלניקס געטאָ־בוך געװען מער גליקלעך, הגם די געשיכטע פֿון דער פּובליקאַציע איז אַדורך אױך ניט גלאַטיק.

װעגן דעם דערצײלט ראָלניק אינעם בוך „דאָס איז געװען דערנאָך‟, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן סוף־1990ער יאָרן. דאָס דאָזיקע בוך איז דער המשך פֿון „איך מוז דערצײלן‟: עס הײבט זיך אָן מיט מאַשעס אומקערן זיך קײן װילנע און ענדיקט זיך מיט דער פּובליקאַציע פֿון איר ערשטן בוך כּמעט מיט צװאַנציק יאָר שפּעטער. דער צײַט־מהלך צװישן די פּובליקאַציעס פֿון בײדע טײלן איז כּמעט פֿערציק יאָר, אָבער זײ לײענען זיך װי אײן בוך, אַ דאַנק דער אײגנאַרטיקער דערצײלערישער אינטאָנאַציע. ראָלניק האָט פֿאַרמאָגט אַ טאַלאַנט פֿאַר שילדערן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן. זי בלײַבט תּמיד נאָענט צו דעם לײענער, פֿירנדיק אים דורך דעם גיהנום פֿון געטאָ אָדער דורך דער גרױער װירקלעכקײט פֿונעם סאָװעטישן שטײגער נאָך דער מלחמה.

מאַשע ראָלניקס ביכער האָט מען שוין איבערגעזעצט אויף 18 שפּראַכן
מאַשע ראָלניקס ביכער האָט מען שוין איבערגעזעצט אויף 18 שפּראַכן

בײדע טײלן זײַנען ביז גאָר װיכטיקע ליטעראַרישע גבֿית־עדותן פֿון זײערע תּקופֿות. בעת די טראַגישע געשיכטע פֿון דער װילנער געטאָ איז גוט באַקאַנט, פֿאַרבלײַבן די דראַמאַטישע עפּיזאָדן פֿון ייִדישן לעבן אין סאָװעטישער װילנע נאָך דער מלחמה פֿאַרנעפּלט פֿאַרן דרױסנדיקן לײענער. דערפֿאַר איז ראָלניקס דערצײלונג אַזױ װערטפֿול. אין ליטע איז זי געװען אַן אײגענע, װײַל, אין אונטערשיד צו דער מערהײט פֿון װילנער תּושבֿים פֿאַר דער מלחמה, האָט זי גערעדט פֿרײַ ליטװיש. זי האָט געקראָגן אַ באַשײדענע שטעלע װי אַן אַדמיניסטראַטאָר אין דער װילנער פֿילהאַרמאָניע, אָבער איר חלום איז געװען צו װערן אַ שרײַבערין און דערצײלן דער װעלט װעגן דעם, װאָס זי האָט איבערגעלבט בעת דער מלחמה.

גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון װילנע דורך דער רױטער אַרמײ איז אין דער שטאָט געשאַפֿן געװאָרן אַ ייִדישער מוזײ, און מאַשע האָט געבראַכט אַהין איר טאָגבוך. די ערשטע סימנים, אַז עפּעס איז ניט גוט מיט די סאָװעטישע ייִדן, זײַנען געקומען פֿון שלמה מיכאָעלס. ער האָט איבערגעלײענט אירע נאָטיצן אָבער געזאָגט, אַז צו דרוקן זײ איצט װאָלט געװען „ניט צװעקמעסיק‟. דעמאָלט האָט מען דאָס ניט פֿאַרשטאַנען, אָבער מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז מיכאָעלס דערהרגעט געװאָרן און עס האָבן אױסגעבראָכן די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות פֿון 1948–1953.

אין װילנע האָט ראָלניק איבערגעלעבט יענע שװערע צײַטן רעלאַטיװ רויִק. אין יאַנואַר 1953, װען די צײַטונגען האָבן געמאָלדן װעגן די ייִדישע „דאָקטױרים־מערדער‟ און דאָס גאַנצע לאַנד איז געװען פֿול מיט קלאַנגען, אַז מען װעט פֿאַרשיקן די ייִדן קײן סיביר. מאַשע האָט פֿאַרפּאַקעװעט אַ רוקזאַקל מיט נײטיקע זאַכן, װי עס האָט אַ מאָל געטאָן איר מאַמע, װען די דײַטשן זײַנען אַרײַן אין װילנע. זי דערמאָנט זיך אָן יענער צײַט: „איך האָב איבערגעלעבט, אַז די צײַט גײט אומזיסט פֿאַרבײַ, און איך טו גאָרנישט. פֿון מאָל צו מאָל האָב איך אַ קלער געטאָן, אפֿשר איז כּדאי װידער צו נעמען זיך צום האַלטן אַ טאָגבוך? אָבער צוליב װאָס? דעמאָלט, אונטער די דײַטשן, האָב איך פֿאַרשריבן דאָס, װאָס זײ האָבן מיט אונדז געטאָן, עס זאָל פֿאַרבלײַבן דער אמת װעגן דעם. איז װאָס זשע? דער דאָזיקער אמת איז יאָ פֿאַרבליבן; אָבער קײנער דאַרף אים ניט, דאָס טאָר מען אַפֿילו ניט דערמאָנען. צוליב װאָס האַלטן אַ טאָגבוך איצט? צוליב זיך אַלײן, אױסצוגיסן דאָס האַרץ אױף פּאַפּיר? עס האָט ניט קײן זין.‟

ערשט מיט אַ צענדליק יאָר שפּעטער, אין דער צײַט פֿון דער „אָדליגע‟ נאָכן 20סטן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, האָט מאַשען אײַנגעגעבן זיך צו פֿאַרעפֿנטלעכן איר טאָגבוך. איר האָט שטאַרק געהאָלפֿן דערמיט דער באַרימטער רוסיש־ייִדישער שרײַבער איליאַ ערעבנורג, אָבער די צענזור האָט זי געצװוּנגען אַ סך צו „קאָרעקטירן‟ דעם כּתבֿ־יד, כּדי צוצופּאַסן איר דערצײלונג צו דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער היסטאָרישער פּאַרטײ־ליניע. ראָלניק דערצײלט אױפֿריכטיק און פּרטימדיק װעגן די פּשרות, װאָס זי האָט געמוזט מאַכן, כּדי איר טאָגבוך זאָל דערשײַנען אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַזױ אַרום איז „דאָס איז געװען דערנאָך‟ סײַ אַ רירעװדיקע אױטאָביאָגראַפֿישע דערצײלונג און סײַ אַ װיכטיקער היסטאָרישער מקור פֿאַר דער װײניק־באַקאַנטער סאָװעטישער ייִדישער קולטור־געשיכטע.