צי שטאַמט ייִדיש טאַקע פֿון טערקײַ? — ניין!

Yiddish Doesn't Come from Turkey

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 22, 2016, issue of May 13, 2016.

די וואָך האָב איך געזען אַ קורצן פֿילם, אין וועלכן אַ וויסנשאַפֿטלער טענהט, אַז די ייִדישע שפּראַך שטאַמט פֿון טערקײַ.

איין ראיה, טענהט ד״ר ערן אלחייק, אַ לעקטאָר בײַם „שעפֿילד־אוניווערסיטעט‟, איז, אַז די נעמען פֿון פֿיר קליינע שטעטלעך אין אַ געוויסן ראַיאָן פֿון טערקײַ קלינגען אַלע ווי דאָס וואָרט „אַשכּנז‟.

לכתּחילה האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז דאָס איז עפּעס אַ געניאַלע סאַטירע, ווײַל אַזאַ טעאָריע איז ניט בלויז סותר די גרונט־פּרינציפּן פֿון דער לינגוויסטיק, נאָר אויך ווײַל ער דערקלערט אינעם פֿילם, אָן שום רמז פֿון הומאָר, אַז די ייִדיש־רעדער רעדן „אַזוי ווי יאָדאַ‟ אינעם פֿילם Star Wars צוליב זייער סינטאַקס. ער דערמאָנט אַפֿילו דאָס וואָרט „דזשעדײַ‟ בײַם דערקלערן זײַן טעאָריע.

ס׳איז אָבער ניט קיין סאַטירע פֿון דעם אַקטיאָר סאַשע באַראָן־כּהן, נאָר אַן עכטער פֿאָרשער, וואָס ווערט באַצאָלט פֿון אַן אוניווערסיטעט. לעצטנס, האָט דער גענעטיקער, באַנוצדיק זיך מיט אַ סיסטעם וואָס הייסט, די „געאָגראַפֿישע באַפֿעלקערונג־סטרוקטור‟, לויט וועלכער מע קען, כּלומרשט, זיך דערוויסן, פֿון וואַנען עס שטאַמט לכתּחילה אַן עטנישע גרופּע, אַרויסגעלאָזט אַ וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט אינעם זשורנאַל Genome Biology and Evolution (גענאָם־ביאָלאָגיע און עוואָלוציע), אין וועלכער ער דערקלערט זײַן טעאָריע. לויט זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער געשיכטע, שטאַמען די אַשכּנזישע ייִדן פֿון פֿיר דערפֿלעך אין צפֿון־מיזרח טערקײַ אויפֿן „זײַדענעם וועג‟. לויט דער טעאָריע זענען די ערשטע אַשכּניזים געווען איראַנישע ייִדן, וואָס האָבן „פֿאַרייִדישט‟ די אָרטיקע „גרעקאָ־רוימער, טערקן, איראַנער, סלאַוון, און מענטשן פֿונעם דרומדיקן קאַווקאַז‟ אין דער אימפּעריע פֿון די כּוזרים. דאָרטן האָבן די „סלאַוויש־איראַנישע‟ ייִדישע סוחרים „אויסגעטראַכט‟ ייִדיש מיט איבער טויזנט יאָר צוריק, כּדי צו האָבן אַ מאָנאָפּאָל איבערן אָרטיקן האַנדל. ווי אַ באַווײַז דערמאָנט דער פֿאָרשער, אַז „ייִדיש פֿאַרמאָגט מער ווי 251 ווערטער וואָס מיינען ׳קויפֿן׳ און ׳פֿאַרקויפֿן׳, עפּעס וואָס מע וואָלט דערוואַרט פֿון אַ שפּראַך, וואָס עס האָבן אויסגעטראַכט געניטע סוחרים‟.

קודם, דאַרף מען דערמאָנען, אַז אַחוץ אין ספּעציעלע פֿאַלן ווי „עספּעראַנטאָ‟, ווערן שפּראַכן ניט „אויסגעטראַכט‟ דורך זייערע רעדנער, נאָר זיי אַנטוויקלען זיך במשך פֿון דער צײַט. דערצו, גיט ניט ד׳׳ר אלחייק קיין שום לינגוויסטישן באַווײַז, אַז טערקיש אָדער פּערסיש האָט אַמאָל געשפּילט עפּעס אַ ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך. נאָך מער מאָדנע: ער ציטירט די טעאָריע פֿון ד׳׳ר פּאָל וועקסלער, לויט וועלכער ייִדיש איז ניט קיין גערמאַנישע שפּראַך, נאָר אַ סלאַווישע. וועקסלערס טעאָריע, וואָס האָט ניט קיין שום אָנהענגער אין דער לינגוויסטישער וועלט, אַחוץ פּאָל וועקסלער אַליין, שטעלט ד״ר אלחייק פֿאָר ווי אַן עכטע „אַלטערנאַטיווע‟ טעאָריע. ער שרײַבט, אַז איידער די סלאַווישע סאָרבישע שפּראַך, וואָס איז געווען דער עכטער ייִדיש, האָט אָנגענומען אַ דײַטשישן וואָקאַבולאַר, איז עס לכתּחילה געווען עפּעס אַ מין פּערסיש. זײַן איינציקער פּרוּוו דאָס צו באַווײַזן איז אַ צווייפֿלהאַפֿיטיקער ציטאַט פֿונעם 9טן יאָרהונדערט וואָס טענהט, אַז געוויסע ייִדישע סוחרים אין טערקײַ האָבן געקענט דײַטש און סלאַווישע שפּראַכן. ווי איר האָט זיך מסתּמא אַליין פֿאָרגעשטעלט, האָט פּאָל וועקסלער אויך מיטגעשריבן דעם אַרטיקל אין Genome Biology and Evolution.

וועגן די אַלע גענעטישע באַווײַזן קען איך אַליין ניט געבן קיין מיינונג. נאָר, עס דאַכט זיך מיר, אַז ד׳׳ר אלחייקס גענעטישע מעטאָדן, דורך וועלכער ער קען זיך כּלומרשט דערוויסן פֿון וואַנען עס שטאַמט אַ פֿאָלק, זענען מסתּמא פּונקט אַזוי צווייפֿלהאַפֿטיק ווי זײַנע לינגוויסטישע טעאָריעס. אין 2013, ווען ער האָט אַרויסגעלאָזט אַן ענלעכע טעאָריע וועגן דעם בראשית פֿון די אַשכּנזים, האָבן אַלע עקספּערטן אינעם פֿעלד פֿון ייִדישער גענעטיק אים שטאַרק קריטיקירט אין דער פּרעסע. פֿון זײַן זײַט האָט ד׳׳ר אלחייק, וואָס איז צו יענער צײַט געווען אַ לעקטאָר אין „דזשאַנס האָפּקינס אוניווערסיטעט‟, דערקלערט דעם Forward, אַז זײַנע קעגנער זענען געווען „ליגנער‟ און „פֿאַרפֿירער‟.

ווען אַזעלכע טעאָריעס וואָלטן סתּם געווען אַן אויסטערלישער קוריאָז פֿאַר דער פּרעסע, וואָלט פֿון דעם אַלעם ניט געווען קיין געפֿאַר. צום באַדויערן, אָבער, כאַפּן זיך שוין צו געוויסע צײַטונגען פֿון איבער דער גאָרער וועלט. אַנטיסעמיטן און נעאָ־נאַציס וועלן אין גיכן זיכער אויסנוצן אַזאַ „פֿאָרשונג‟ צו באַווײַזן, אַז די ייִדן זענען ניט באמת קיין עכט פֿאָלק אָדער ערגער, אַז די ייִדן זענען „פֿאַרפֿירער‟, וואָס נוצן אויס זייער „אויסגעטראַכטע‟ אידענטיטעט ווי אַ טייל פֿון אַ ריזיקן שווינדל קעגן אַלע פֿעלקער פֿון דער וועלט.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז ד׳׳ר אלחייק גלייבט אַליין ניט, אַז זײַנע טעאָריעס זאָלן האָבן אַ ווירקונג אויף קיין פּאָליטישע ווירקלעכקייטן און ער איז אומבאַקוועם, וואָס די אַנטיסעמיטן נוצן אויס זײַנע געדאַנקען. בכּיוון צי ניט, וועט זײַן פֿאָרשונג קיין כּבֿוד ניט ברענגען די ייִדן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער שפּראַך.