נײַ־אַנטדעקטע ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון לעטלאַנד

Newly Found Yiddish Folksongs from Latvia

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published April 26, 2016, issue of May 13, 2016.

דער גרעסטער לעטישער פֿאָרשער פֿון פֿאָלקמוזיק אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געהייסן עמיליס מעלנגייליס (1874 — 1954). ער איז אַרויפֿ־ און אַראָפּגעפֿאָרן דעם ברעג באַלטישן ים און פֿאַרשריבן די מוזיק אין צענדליקער שטעטלעך, און האָט פֿון 1902 ביז 1953 געדרוקט דרײַצן בענד לעטישע פֿאָלקמוזיק. און כאָטש מע האָט שוין לאַנג געוווּסט, אַז ער האָט אויך פֿאַרשריבן ייִדישע לידער, האָט מען בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה גאָרנישט געהערט אָדער געזען וועגן דעם.

אָבער ווען לעטלאַנד איז ווידער אומאָפּהענגיק געוואָרן אין 1991 האָט מען אָנגעהויבן צו נישטערן אין די אַרכיוון אין ריגע, וווּ מעלנגייליס האָט דרײַסיק יאָר געאַרבעט, און געפֿונען ממשותדיקע ייִדישע זאַמלונגען זײַנע.

פּראָפֿ׳ קעווין קאַרנס (Kevin Karnes), אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון מוזיק, האָט רעדאַקטירט די מאַטעריאַלן און זיי אַרויסגעגעבן אין אַ באַנד וואָס הייסט Jewish Folk Songs from the Baltics, פֿונעם פֿאַרלאַג A-R Editions. קאַרנס באַטראַכט די לידער נישט נאָר ווי אַן אויפֿטו פֿאַר דער ייִדישער מוזיקאָלאָגיע, נאָר אויך פֿאַר דער לעטישער. די נאָטיץ־העפֿטן פֿון מעלנגייליס אַנטפּלעקן, אַז די עטנישע באַפֿעלקערונג פֿון לעטלאַנד איז געווען מער קאָמפּליצירט ווי מע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט — לעטלאַנדער, ייִדן, ציגײַנער, ליטווינער, פּאָליאַקן, רוסן, דײַטשן און נאָך. מעלנגייליס האָט געשטרעבט צו פֿאַרצייכענען אַלע לידער, וואָס ער האָט געהערט, נישט וויכטיק ווער עס זינגט זיי.

לויט קאַרנס, באַווײַזט מעלנגייליס׳ אַרבעט, אַז דאָס זאַמלען ייִדישע פֿאָלקסלידער בכלל צו יענער צײַט האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט נישט בלויז אַ ייִדישע נאַציאָנאַלע אונטערנעמונג — דאָס איז אמת פֿאַר די ייִדישע זאַמלערס. אָבער מעלנגייליס, וואָס האָט נישט געהאַט קיין ייִדישן ייִחוס, האָט פֿאַרשטאַנען די פֿיל־קולטורעלע לאַנדשאַפֿט פֿון לעטלאַנד און די אַרומיקע באַלטישע לענדער, און זײַן פֿאָרשונג פֿון די ייִדישע לידער איז געווען אַ טייל פֿון זײַן וויזיע.

אין זײַן אַרײַנפֿיר אַנאַליזירט קאַרנס ווי די מוזיקאַלישע שאַפֿונגען שפּיגלען אָפּ די לעטיש־ייִדישע באַציִונגען פֿון יענער צײַט. אַ צאָל לעטישע לידער וואָס ווערן געבראַכט ווי בײַשפּילן זענען אַוודאי אַנטיסעמיטיש אָבער קאַרנס מײַדט אויס דאָס וואָרט. מעלנגייליס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די ייִדן פֿונעם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן מוזיקאַלישער אַרבעט. אין 1899 האָט ער פֿאַרשריבן 120 לידער בײַ די ייִדן אינעם ליטווישן שטעטל קיידאַן — די זאַמלונג איז אָבער פֿאַרלוירן געגאַנגען אין אַ רוסישן אַרכיוו, וווּ ער האָט זי געשאָנקען. די איבערלעבונג מיט די קיידאַנער ייִדן, וווּ ער האָט צום ערשטן מאָל פֿאַרשריבן לידער פּנים־אל־פּנים מיטן זינגער, האָט אויף אים געהאַט אַ וויכטיקע השפּעה.

ס’רובֿ לידער פֿון מעלנגייליס׳ זאַמלונג געפֿינען זיך אין צוויי העפֿטן. אין דעם באַנד האָט קאַרנס אַרײַנגענומען 64 לידער; סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק. פֿיר לידער האָט ער נאָך געפֿונען פֿון קיידאַן: „האָב איך מיר אַ בויד”, „בת־מלכּה, עפֿן מיר”, „שפּאַצירן, שפּאַצירן זײַנען מיר ביידע געגאַנגען” און אַ חנעוודיק שטות־ליד וואָס איז נישט באַקאַנט — „געפֿלויגן זײַנען האָזן צוויי”.

געפֿלויגן זײַנען האָזן צוויי
אויף אַ בערגעלע גאַנץ ווײַט.
געשאָסן האָב איך ביידן זיי,
און געטראָפֿן פּונקט אָן אַ זײַט. הו־האַ! הו־האַ!

נישט מיט אַלע קאַרנס השערות וועגן דער פֿאַרשפּרייטונג אָדער באַקאַנטשאַפֿט פֿון די לידער בין איך מסכּים. ער האָט נישט אַרײַנגעקוקט אין די זאַמלונגען פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער געשריבן מיט ייִדישע אותיות, און דאָס וואָלט זיכער אים געגעבן אַ מער אַרומנעמיק בילד. געוויינטלעך, אָבער, ווען ער האַלט, אַז אַ ליד איז גאָר זעלטן — איז ער גערעכט. נאָך אַן אומבאַקאַנט ליד איז דאָס איין־סטראָפֿיקע שלאָפֿליד „דו וועסט אויפֿשטיין פֿון וויג‟, געזונגען פֿון ד״ר מ. ליפּשיץ אין ריגע, אין אַ חצי־ייִדישער, חצי־דײַטשער שפּראַך.

דו ווירסט אויפֿשטיין פֿון וויג
ווירסטו האָבן צו טון געניג [גענוג]
ווירסט לעזן ביכלעך
ווירסט שטיקן טיכלעך,
דערווײַל שלאָף זעך [זיך] אויס מײַן קינד.

לויט די עטלעכע ייִדישע דיאַלעקטישע אָנווײַזונגען אין ליד, וואָלט מען געטראַכט, אַז דער זינגער שטאַמט פֿון גאַליציע, אָדער האָט דאָס דאָרטן געהערט. בכלל דאַרף דער קענער פֿון ייִדיש און ייִדישע דיאַלעקטן זיך טיפֿער אַרײַנטראַכטן אינעם אופֿן ווי מעלנגייליס האט פֿאַרשריבן די לידער.

אַ צאָל לידער קען מען נישט געפֿינען אין קיין געדרוקטע זאַמלונגען, און בלויז צוליב דעם איז די זאַמלונג אַ גאָר וויכטיקע. עס קומט קאַרנס אויך אַ ייִשר־כּוח וואָס ער דרוקט איבער ענלעכע וואַריאַנטן, אַפֿילו פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די לידער ווי זיי געפֿינען זיך אין די זאַמלונגען פֿון קיסלהאָף, קיפּניס און אַנדערע.

אַ שאָד וואָס דער רעדאַקטאָר, וואָס האָט געטאָן אַזאַ אויספֿירלעכע אַרבעט האָט נישט אויך פֿאַרגליכן די שוין רעקאָרדירטע וואַריאַנטן אויף דיסקן. „בין איך מיר געגאַנגען פֿישעלעך קויפֿן‟ האָט רות רובין רעקאָרידרט; „אוי אַבראַם‟ געפֿינט זיך אויף אַ דיסק פֿונעם „קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע‟; „קום אַהער דו פֿילאָסאָף‟ ווערט געזונגען פֿון עטלעכע. דאָס לעצטע ליד אין דער זאַמלונג „ווער האָט דאָס געזען‟, האָט קאַרנס פֿאַרשטאַנען ווי אַ ליד פֿון אַ בעל־עגלה וואָס באַקלאָגט זיך, אָבער עס רעדט זיך וועגן אַ לאָקאָמאָטיוו, און די צרות וואָס די באַן וועט ברענגען, ווײַל ער פֿאָרט שבת. טעאָדאָר ביקעל האָט דאָס רעקאָרדירט און מע הערט אַפֿילו דעם פֿײַף פֿון דער באַן. איך וואָלט צוגעגעבן נאָך איין אויסבעסערונג: די ווערטער צום ליד „דו פֿרעגסט מיך מײַן פֿרײַנד‟ האָט געשריבן אַבֿרהם רייזען. סידאָר בעלאַרסקי האָט דאָס רעקאָרדירט מיט זײַן אַליין־געשאַפֿענער מאָלאָדיע.

אַז מע געפֿינט נײַ־אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער דאַרף מען זיך פֿרייען. אַז מע שטעלט זיי פֿאָר מיט אַזאַ תּוכיקן אַנאַליז איז אַוודאי אַ יום-טובֿ.

צו הערן און זען ווי אינאַ באַרמאַש זינגט „אוי אַבראַם”, גיט אַ קוועטש פֿאַר דער פֿאַרבינדונג: