ליטעראַרישער זשורנאַל געשריבן און רעדאַקטירט פֿון חסידים

Literary Journal Written and Edited by Hasidim

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 26, 2016, issue of May 13, 2016.

דער אינטערנעץ־פֿאָרום „קאַווע־שטיבל‟ איז אין די לעצטע פּאָר יאָר געוואָרן דער וויכטיקסטער וועב־פֿאָרום אויף ייִדיש פֿאַר די חסידים, וואָס זענען אינטעלעקטועל־געשטימט. אויף „קאַווע־שטיבל‟ רעדט מען פֿרײַ אַרום אַלע מינים טעמעס, אַרײַנגערעכנט געוויסע, וואָס זענען געוויינטלעך טרייף־פּסול אין די גאָר פֿרומע קרײַזן.

לעצטנס האָבן אַ ריי אָפֿטע באַנוצטער פֿון „קאַווע־שטיבל‟ אַרויסגעלאָזט אַ ריזיקן ליטעראַרישן זשורנאַל לכּבֿוד פּסח מיטן נאָמען „פּה־סח‟ אונטער דער לאָזונג „דאָס פֿרײַהייט פֿון וואָרט‟. דער הײַיאָריקער נומער, דער צווייטער יערלעכער „פּה־סח‟, נעמט אַרײַן אַרטיקלען אויף אַזעלכע טעמעס ווי „פּרעזידענט לינקאָלן פֿון אַ ייִדישן פּערספּעקטיוו‟, „פֿרויען אין דער חרדישער פּרעסע‟, אַ שמועס איבער ראַסיזם, ייִדישע גראַמאַטיק, די טעלעפֿאָן־אַפּליקאַציע „וואַטסאופּ‟, די סתּירות פֿון בייגלעך, וואָס זענען כּשר לפּסח און די קאַנדידאַטן אויף פּרעזידענט. נאָך די אַרטיקלען געפֿינט מען אַ פּאָר קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש און אַ פּאָר לידער אויף ייִדיש און לשון־הקודש.

אַזוי ווי די שמועסן אויף „קאַווע־שטיבל‟ אַליין, זענען אַלע אַרטיקלען און ליטעראַרישע ווערק אין „פּה־סח‟ אַנאָנים. די אַרטיקלען זענען יאָ אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים פֿונעם מחבר (אָדער מחברטע) מיט וועלכן ער אָדער זי שרײַבט אויף „קאַווע־שטיבל‟. יעדער אַרטיקל ווערט אויך איבערגעקוקט פֿון 1 ביז 3 רעדאַקטאָרן, וועמענס נעמען ווערן געשריבן צוזאַמען מיטן מחבר פֿונעם אַרטיקל. צווישן די אַלע מחברים און רעדאַקטאָרן האָבן אָנטייל גענומען אין דעם פּראָיעקט מער ווי 40 מענטשן.

אַחוץ דעם פּרעכטיקן אויסזען פֿונעם זשורנאַל (צוזאַמענגעשטעלט דורכן גראַפֿיקער „אלקנה‟) און דער הויכער צאָל אַרטיקלען, קען דער זשורנאַל זיך באַרימען מיט אַ פּאָר גאָר פֿײַנע אַרטיקלען. צווישן זיי וועלן מסתּמא צום מערסטן פֿאַראינטערעסירן דעם „פֿאָרווערטס‟־לייענער דער פּרטמידיקער אַרטיקל פֿון „ראובֿן‟ איבער דער געשיכטע פֿון פֿרויען אין דער חרדישער פּרעסע, און דער איבערבליק פֿון סבֿיבֿה־ענינים, וואָס עס האָט אָנגעשריבן „הוגה‟. ס׳איז אָבער באמת כּדאַי דורכצוקוקן דעם גאַנצן נומער. ס׳איז דאָ זייער אַ רײַכער אויסוואַל פֿון מאַטעריאַלן, סײַ פֿאַרן פֿאָרשער פֿונעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש, סײַ פֿאַר די, וואָס ווילן סתּם לייענען נײַע שאַפֿונגען אויף מאַמע־לשון.

אָט קען מען לייענען דעם נײַעם נומער „פּה־סח‟: //www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=10389.