שלום־עליכם אויסשטעלונג אין „ייִוואָ‟

Sholem Aleichem Exhibit at YIVO

YIVO Archives

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 27, 2016, issue of May 13, 2016.

הײַיאָר פֿאַלט אויס די הונדערטסטע יאָרצײַט פֿונעם באַליבטן ייִדישן קלאַסיקער שלום־עליכם. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ יאָר קומען פֿאָר אונטערנעמונגען לכּבֿוד אים איבער דער גאָרער וועלט.

בײַם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק וועט מען מאַכן אַן אויסשטעלונג פֿון פּערזענלעכע חפֿצים, וואָס געהערן צום אַרכיוו פֿון שלום־עליכמס משפּחה, וואָס זײַנע קרובֿים האָבן לעצטנס געשאָנקען דעם „ייִוואָ‟. לכּבֿוד דער עפֿענונג פֿון דער נײַער אויסשטעלונג אָרדנט דער „ייִוואָ‟ אײַן אַן עפֿנטלעכע פֿײַערונג.

בײַ דער געלעגנהייט וועלן די אַקטיאָרן שיין בייקער און עלינאָר ריסאַ אויפֿטרעטן מיט ליטעראַרישע פֿאָרלייענונגען פֿון אויסצוגן פֿון „מנחם־מענדל‟ און אַנדערע ווערק פֿונעם ייִדישן הומאָריסט. מע וועט אויך האָבן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן שלום־עליכמס קולטור־ירושה, אין וועלכער עס וועלן אָנטייל נעמען ד״ר יונתן ברענט (דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿונעם „ייִוואָ‟), ד״ר דוד פֿישמאַן (דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר), ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו (מישיגענער אוניווערסיטעט), דער שרײַבער און איבערזעצער ד״ר קורט לעוויאַנט און ד״ר אַליסאַ סאָלאָמאָן, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון זשורנאַליזם אין „קאָלומביע־אוניווערסיטעט‟, וואָס האָט געשריבן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. די געלערנטע וועלן אַרומרעדן ווי אַזוי מע באַטראַכט שלום־עליכם אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע; דער ווירקונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ און דער אָנגייענדיקער קולטור־ירושה פֿון שלום־עליכם.

די פּראָגראַם, ווערט געשטיצט דורכן „ניו־יאָרק שטאָטישן קולטור־דעפּאַרטמענט‟ און דער אָרגאַניזאַציע „אוקראַיִנישע־ייִדישע באַגעגעניש‟. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 22טן מײַ, 3 אַזייגער נאָך מיטאָג. כּיבוד וועט סערווירט ווערן און דער אײַנטריט איז בחינם.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.