רומעניע וועט שטימען וועגן חורבן־פֿאַרגיטיקונג

Romania Expected to Pass Holocaust Restitution Bill

אַ ייִדישע הזכּרה־צערעמאָניע אין בוקאַרעשט, רומעניע
Getty Images
אַ ייִדישע הזכּרה־צערעמאָניע אין בוקאַרעשט, רומעניע

פֿון ייִט״אַ

Published April 28, 2016, issue of May 13, 2016.

מע דערוואַרט, אַז אַ געזעץ־פּראָיעקט וואָס וועט דערמעגלעכן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו בעטן פֿאַרגיטיקונג פֿון דער רומענישער רעגירונג אויף אַ גרינגערן אופֿן, וועט באַשטעטיקט ווערן דורכן רומענישן פּאַרלאַמענט.

געזעץ־געבער האָבן איבערגעגעבן „רויטערס‟ אַז זיי דערוואַרטן, אַז דער געזעץ־פּראָיעקט, וועט באַקומען די נייטיקע שטימען.

אַ סך פֿון די ייִדישע פֿאַרמעגנס, וואָס זענען קאָנפֿיסקירט געוואָרן בעתן חורבן זענען שפּעטער איבערגענומען געוואָרן דורך דער קאָמוניסטישער רעגירונג. ניט געקוקט אויף אַ ריי געזעצן, וואָס מע האָט געמאַכט נאָכן אונטערגאַנג פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט, האָבן בלויז אַ פּאָר מענטשן באַוויזן צוריקצובאַקומען זייערע פֿאַרמעגנס, וואָס די קאָמוניסטן האָבן איבערגענומען.

אַן פּרעלימינערער נוסח פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער וועבזײַט פֿונעם רומענישן פּאַרלאַמענט זאָגט, אַז בײַם פּראָצעסירן די אַפּליקאַציעס פֿון די, וואָס ווילן צוריקבאַקומען זייערע פֿאַרמעגנס, וועט מען לייגן דעם טראָפּ אויף די בקשות פֿון „מענטשן, וואָס זענען באַשטעטיקט געוואָרן ווי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה דורך קערפּערשאַפֿטן, וואָס ווערן אָנערקענט דורך דער רומענישער רעגירונג אָדער דורך דער רעגירונג פֿון אַן אַנדער לאַנד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד‟.

פֿאָריקע וואָך האָט מען באַשטעטיקט דעם ערשטן נוסח פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט אינעם אייבערשטן טייל פֿון פּאַרלאַמענט. דעם 4טן מײַ וועט מען וועגן דעם אָפּשטימען אינעם אונטערשטן טייל פֿון פּאַרלאַמענט. געזעץ־געבער האָבן געזאָגט „רויטערס‟, אַז מע דערוואַרט, אַז מע וועט באַשטעטיקן דעם געזעץ־פּראָיעקט מיט אַ ריזיקער מערהייט פֿון שטימען.

מע שאַצט אָפּ, אַז צווישן 280,000 און 380,000 ייִדן אין רומעניע זענען דערהרגעט געוואָרן בשעתן חורבן, און בערך 300,000 האָבן איבערגעלעבט דעם גענאָציד. עס וווינען הײַנט אין לאַנד אַרום 3,500 ייִדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.