לונאַפּאַרק ווערט „פּסחדיק‟ לכּבֿוד חול־המועד

Amusement Park Goes Orthodox for Passover

„סיקס פֿלעגס גרייט אַדווענטשור‟, אַ לונאַפּאַרק אין ניו־דזשערזי, האָט די וואָך, חול־המועד פּסח, צוגעצויגן טויזנטער חסידישע און מאָדערן־פֿרומע משפּחות
Uriel Heilman
„סיקס פֿלעגס גרייט אַדווענטשור‟, אַ לונאַפּאַרק אין ניו־דזשערזי, האָט די וואָך, חול־המועד פּסח, צוגעצויגן טויזנטער חסידישע און מאָדערן־פֿרומע משפּחות

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published April 28, 2016, issue of May 13, 2016.

פּנחס כּהן, אַ רוסיש־געבוירענער ליובאַוויטשער חסיד, האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם מאָנטיק פֿאַרבראַכט אַ גאַנצן טאָג מיט צוויי פֿון זײַנע נײַן קינדער אין „גרייט אַדווענטשור‟, אַ לונאַפּאַרק אין ניו־דזשערזי. אָבער ווען די קינדער האָבן אים געבעטן פֿאָרן מיט זיי אויף דער באַרג־און־טאָל־באַן, האָט ער נישט געוווּסט וואָס צו טאָן מיטן קעסטל שמורה־מצה, וואָס ער האָט מיטגעבראַכט.

אַן אַרבעטער בײַ דער „באַן‟ האָט אָבער געהאַט אַ פּלאַן: ער האָט אַרײַנגעלייגט די מצה, אין איינעם מיט כּהנס שוואַרצן הוט, אין אַ דערבײַיִקן שאַפֿקעלע. „דאָס איז מײַן מיטאָג,‟ האָט כּהן געזאָגט מיט אַ שמייכל.

די כּהנס זענען געווען צווישן טויזנטער פֿרומע ייִדן, וואָס זענען די וואָך געקומען אין „גרייט אַדווענטשור‟, כּדי צו פֿאַרברענגען מיט זייערע משפּחות חול־המועד פּסח. „וווּהין איך זאָל נישט גיין טרעף איך אַ באַקאַנטן מענטשן,‟ האָט יוכבֿד, אַ 35־יאָריקע מאַמע פֿון טינעק באַמערקט.

יעדן חול־המועד פּסח פֿאַרברענגען פֿרומע ניו־יאָרקער משפּחות אין אַ צאָל „קינד־אָריענטירטע‟ ערטער ווי, למשל, אינעם בראָנקסער זאָאָלאָגישן גאָרטן, דעם ניו־יאָרקער באָטאַנישן גאָרטן און דעם אַקוואַריום אין נאָרוואָק, קאָנעטיקאָט. אָבער „גרייט אַדווענטשור‟ ציט יעדעס יאָר צו די גרעסטע צאָל חסידישע און מאָדערן־פֿרומע משפּחות.

ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן, האָט די אָרטאָדאָקסישע יוגנט־אָרגאַניזאַציע NCSY געהאָלפֿן דעם פּאַרק אויפֿשטעלן קיאָסקן מיט כּשר־לפּסחדיקן עסן צום פֿאַרקויפֿן, און דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט מיטן פּאָפּולערן זינגער ברוך לעווין. מאָנטיק האָט NCSY פֿאַרקויפֿט מער ווי 4,000 בילעטן — מער ווי אַ דריטל פֿון אַלע באַזוכער במשך פֿונעם טאָג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.