נײַעס פֿון בוענאָס־אײַרעס

News from Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 27, 2016, issue of May 13, 2016.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַטייליקן זיך אין גרויסן ביכער־יריד

דעם 21סטן אַפּריל איז דערעפֿנט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס, דער 42סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער־יאַריד. אויף אַ שטח פֿון איבער 45,000 קװאַטראַט מעטער װעלן במשך פֿון 3 װאָכן איבער אַ מיליאָן לייענערס און איבער 12,000 פּראָפֿעסיאָנאַלן פֿון דער ביכער־אינדוסטריע, שרײַבערס, פֿאַרלעגערס און בוכהענדלערס זיך באַטייליקן אין דער גרעסטער אונטערנעמונג פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך.

אויך ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן אָרגאַניזירט רעפֿעראַטן און קאָנצערטן. דאָנערשטיק, דעם 27סטן האָט דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה צוזאַמען מיטן „אינאַדי‟ — דער מלוכישער אינסטיטוט קעגן דיסקרימינאַציע, קסענאָפֿאָביע און ראַסיזם, אָרגאַניזירט אַן אָװנט מיט דער באַטייליקונג פֿון ד״ר כאַװיער בוכאַן, דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט און הרבֿ ד״ר פֿישל שלײַען, דירעקטאָר פֿון קולטור־דעפּאַרטאַמענט. אין זייערע עקספּאָזעס האָבן זיי באַהאַלנדלט די טעמע „קולטור װי אַ הויפּטמיטל אין קאַמף קעגן דער דיסקרימינאַציע‟. ביידע האָבן פֿירגעבראַכט די טעטיקייטן פֿון זייערע אינסטיטוציעס אויף דעם געביט.

קאַמפּיין קעגן הויכן פּרײַז פֿון מצה

אין בוענאָס־אײַרעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ קאַמפּיין קעגן די הויכע פּרײַזן פֿון דער מצה. װען אין אורוגװײַ קאָסט אַ קילאָ 5 דאָלאַר, אין לאָנדאָן — 3 דאָלאַר, אין ניו־יאָרק — 5 דאָלאַר, און אין תּל־אביבֿ אַ פּעקל פֿון 2.5 קילאָ 2.70 דאָלאַר, קאָסט אין בוענאָס־אײַרעס אַ קילאָ — 14 דאָלאַר. די קהילה און יחידים האָבן פֿאַרטיילט מצה צװישן נישט־פֿאַרמעגלעכע משפּחות אין אַ „מעות חיטין־קאַמפּיין‟ װאָס איז הײַיאָר פֿאַרשטאַרקט געװאָרן. דערװײַל איז ניטאָ קיין ענטפֿער פֿאַר װאָס איז הײַיאָר דער פּרײַז אַזוי געשטיגן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.