צוויי גאָר אַנדערע קוקווינקלען פֿונעם ייִדישן עבֿר

Two Very Distinct Perspectives of the Jewish Past

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 01, 2016, issue of May 27, 2016.

קאַראָלינאַ שימאַניאַק
Youtube
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

ייִדישע היסטאָריקער באַטראַכטן כּסדר רוסלאַנד און פּױלן װי אײן רעגיאָן. אַזאַ מין צוגאַנג שטאַמט פֿון שמעון דובנאָװ, און ער איז לעצטנס װידער באַנוצט געװאָרן אינעם היסטאָרישן איבערזיכט פֿון ענטאָני פּאָלאָנסקי.

אָבער װען מען קוקט אױף דעם, װי אַזױ מען באַהאַנדלט דעם ייִדישן עבֿר אין רוסלאַנד און פּױלן הײַנט־צו־טאָג, זעט מען אַ גװאַלדיקן חילוק. דער אונטערשייד אין דער באַציִונג צו דער ייִדישער ירושה איז אַ פּועל־יוצא פֿון דעם, אַז רוסלאַנד און פּױלן זײַנען געגאַנגען פֿאַרשידענע דרכים זינט דעם סוף פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.

דער אונטערשייד צװישן דעם „רוסישן‟ און דעם „פּױלישן‟ קוקװינקל זעט מען ניט נאָר בײַ די פֿאָרשער, וואָס געפֿינען זיך נאָך אין די צוויי לענדער. די פּױלישע און די רוסישע שיטה פֿון ייִדישע שטודיעס זעט מען אויך בײַ די פֿאָרשער פֿון יענע לענדער, וואָס וווינען איצט אין אַמעריקע און ישׂראל. דאָס האָט זיך בולט אַרױסגעװיזן בעת צװײ אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען לעצנטס אין בראַנדײַס־אוניװערסיטעט און אינעם אוניװערסיטעט פֿון אילינוי אין שיקאַגע.

אי אין רוסלאַנד גופֿא אי צװישן די פֿאָרשער פֿון דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע און קולטור באַטראַכט מען דעם עבֿר דורכן אַלטן שפּאַקטיװ: „װאָס איז געװען גוט פֿאַר די ייִדן? און װאָס איז געװען שלעכט פֿאַר די ייִדן?‟. לרובֿ זײַנען די אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען באַצװעקט אױף די זוכענישן פֿון דער רוסיש־ייִדישער אידענטיטעט, אַ מאָל און הײַנט. אײן שיטה באַטאָנט רדיפֿות, דיסקרימינאַציע, און די ייִדישע רעאַקציע דערקעגן, בעת זײער צד־שכּנגד פֿאַרנעמט זיך מיט אינטעגראַציע, דערפֿאָלג און דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער רוסישער קולטור.

די דאָזיקע חקירות מעגן זײַן גאַנץ אינטערעסאַנט און װיכטיק, אָבער זײ פֿאַרבלײַבן אױף די ראַנדן פֿון דער אַלגעמײנער רוסישער און סאָװעטישער געשיכטע און האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו די איצטיקע דאגות־היום. די פּני פֿון דער רוסישער ייִדישער קהילה, סײַ דער רעליגיעזער, סײַ דער װעלטלעכער, זײַנען לרובֿ געטרײַע שטיצער פֿון פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינס רעזשים, און פּוטין אַלײן איז אױך אַ „גוטער פֿרײַנד‟ פֿון די ייִדן. אַזאַ מין סימפּאַטיע צװישן ייִדן און דער מלוכה טרעפֿט זיך זעלטן אין דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע, און אפֿשר דערפֿאַר טאַקע איז די ייִדישע פּראָבלעמאַטיק ניט אַזױ חשובֿ פֿאַר די אַקטועלע עפֿנטלעכע װיכּוחים אין רוסלאַנד.

אין פּױלן זעט דער ייִדישער ענין אױס אַנדערש. אין פֿאַרגלײַך מיט רוסלאַנד איז די ייִדישע באַפֿעקלערונג דאָ זײער אַ קנאַפּע, אָבער דער אינטערעס צו דער „ייִדישער פֿראַגע‟ צװישן דער פּױלישער אינטעליגענץ איז טיפֿער און שאַרפֿער, אײדער אין רוסלאַנד. אין תּוך גענומען גײט עס מער אין פּױלן אײדער אין די ייִדן. בהדרגה װערט די פּױלישע עפֿנטלעכקײט געװױר, אַז ייִדן האָבן פֿאַרנומען אַ ביז גאָר װיכטיק אָרט אין דער פּױלישער געזעלשאַפֿט. זײער „פֿאַרשװינדונג‟ בעת דער מלחמה בלײַבט עד־היום קױם באַמערקט דורך די פּאָליאַקן פֿון אַ גאַנץ יאָר. אַזױ אַרום װערט דער ענין פֿון די ייִדנס „ניט־זײַן‟ אַן עפֿנטלעכע פּראָבלעם, װאָס מען מוז אַזױ אָדער אַנדערש לײזן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.