מה נשתּנה צווישן פֿרעמדע

The "Four Questions" Among Strangers


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 01, 2016, issue of May 27, 2016.

מײַן אייניקל אַלעקסאַנדער־חיים שטודירט שוין הײַנט אין קאַלעדזש און אַרבעט נאָכמיטאָג אין גרויסן געשעפֿט „האָום דיפּאָו‟. דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט דער יום־טובֿ פּסח, ווײַט פֿון דער היים, איז וווּ פּראַוועט מען דעם יום־טובֿ? קלינגט ער מיר אָן און דערציילט מיר די פֿאָלגנדיקע געשיכטע, ממש אַ מעשׂה פֿון טויזנט און איין נאַכט.

„איז הער זיך גוט צו, באָבי,‟ זאָגט ער מיר. „כ׳האָב נישט פֿאַרפֿעלט דעם סדר, חס־וחלילה, ווײַל אַ מיטאַרבעטער אין געשעפֿט וווּ איך אַרבעט האָט מיך פֿאַרבעטן צו זיך.‟

בין איך שוין ווידער געווען צופֿרידן וואָס מײַן אייניקל האָט אין דער פֿרעמד געפֿונען אַ משפּחה בײַ וועמען ער וועט קענען זײַן אַן אורח אויף פּסח.

„איז ווער האָט דיך פֿאַרבעטן אויף פּסח, אַלעקסל?‟ בין איך געווען נײַגעריק צו וויסן. לאַכט ער, ער זאָגט מיר אַז איך וועל עס קיין מאָל אין לעבן נישט גלייבן.

„נו! נו!‟ צי איך אים בײַ דער צונג. „לאָמיך שוין הערן די געשיכטע.‟

און אָט אַזוי הייבט ער אָן דערציילן:

דו ווייסט דאָך, באָבי, אַז יעדן נאָך מיטיק אַרבעט איך, און בײַ דער אַרבעט האָט מיך איינער, אַ מיטאַרבעטער, פֿאַרבעטן אויפֿן סדר וואָס זיי פּראַווען. ער האָט אויך פֿאַרבעטן אַ הויפֿן אַנדערע מיטאַרבעטער און אַלע האָבן צוגעזאָגט צו קומען.

„דער מיטאַרבעטער איז אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און ער האָט מיך געפֿרעגט צי איך בין אַ ייִד, האָב איך אים געענטפֿערט אַז יאָ. יענער האָט זיך דערפֿרייט און מיר פֿאַרזיכערט אַז ער איז אויך אַ ייִד. געקומען די סדר־נאַכט, האָב איך זיך אַרויסגעלאָזט אויפֿן אַדרעס וואָס ער האָט מיר אָנגעגעבן. כ׳גיב אַ קוק, ס׳איז גאָר אַ קירכע מיט אַ מגן־דוד פֿון אויבן. אינעווייניק זײַנען די ווענט פֿון דער קירכע געווען באַצירט מיט מגן־דודס, שעפֿעלעך מיט פּאַסטעכער און יעדערער פֿון די פּאַסטעכער מיט אַ שופֿר. איך גיי אַרײַן אינעווייניק, די טישן זײַנען שוין געגרייט, און פֿון אַלע אײַנגעלאַדענע געסט האָבן זיך באַוויזן בלויז דרײַ. בײַ יעדן טעלער איז געלעגן אַ פּסחדיקע הגדה אויף ענגליש, פֿרעמד פֿאַר מיר, אין מיטן טיש זײַנען געשטאַנען טעלער מיט מצות, ווײַן, סלויעס מיט געפֿילטע פֿיש, רויטער און ווײַסער כריין, האַרטע אייער אין זאַלץ־וואַסער און גרינצײַג.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.