מרדכי שטריגלערס בוך „מײַדאַנעק‟ פּובליקירט אויף דײַטש

Mordechai Strigler's Book, "Majdanek", is Issued in German

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 03, 2016, issue of May 27, 2016.

„מײַדאַנעק‟, מרדכי שטריגלערס האַרץ־רײַסנדיק בוך זכרונות, וואָס איז אין 1948 איבערגעזעצט געוואָרן אויף העברעיִש, און אין 1998 — אויף פֿראַנצייזיש, איז לעצטנס אַרויס אויף דער דײַטשער שפּראַך.

דער פֿאַרלעגער איז פֿראַנק בער, אַ כעמיקער אין דײַטשלאַנד, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעגעבן Nach dem Untergang — אַ דײַטשע איבערזעצונג פֿון די ערשטע גבֿית־עדות אויף ייִדיש פֿון די שארית־הפּליטה אין פּוילן, צווישן 1944 און 1947. איידער בער האָט אַרויסגעלאָזט יענץ בוך, האָט ער זיך געהאַט פֿאָרגעשטעלט, אַז מע וועט פֿאַרקויפֿן, צום מערסטן, 300 עקזעמפּלאַרן, אָבער במשך פֿונעם יאָר האָט מען פֿאַרקויפֿט מער ווי 1,000.

„מײַדאַנעק‟ איז געווען דאָס ערשטע בוך וואָס מרדכי שטריגלער, איינער פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע שרײַבער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, האָט געשריבן נאָכן חורבן, וווּ ער האָט געהאַט מיטגעמאַכט 12 דײַטשע קאָנצענטראַציע־לאַגערן. אינעם בוך באַשרײַבט ער פּרטימדיק דעם אַנדערטהאַלבן חודש, וואָס ער האָט איבערגעלעבט אין דעם אומברענג־לאַגער לעבן לובלין, פּוילן.

נאָך דער מלחמה האָט שטריגלער באַגלייט אַ טראַנספּאָרט ייִדישע יתומים קיין פּאַריז, און דאָרט האָט ער אָנגעשריבן אַ סעריע אויטאָביאָגראַפֿישע ווערק: „מײַדאַנעק‟ (1947), „אין די פֿאַבריקן פֿון טויט‟ (1948), „ווערק ׳צע׳‟ אין צוויי בענד (1950) און „גורלות‟ אין צוויי בענד (1952). ער איז אויך געוואָרן דער רעדאַקטער פֿון דער פּאַריזער ייִדישער צײַטונג, „אונדזער וואָרט‟.

אין 1953 האָט ער עמיגרירט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון „ייִדישער קעמפֿער‟, אַ צײַטונג פֿונעם לינקן פּועלי־ציון, און אין 1987 איז ער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ ביז זײַן פּטירה אין 1998.

פֿאַראַיאָרן איז אויך פּובליקירט געוואָרן אַ פּרטימדיק בוך וועגן דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן שטריגלער און דעם פּאָעט, ה. לייוויק, אויף ייִדיש, צווישן 1945 און 1952. דאָס בוך, Between Destruction and Reconstruction [צווישן חורבֿות און ווידערבוי], איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן פֿונעם „דבֿ סדן פּובליקיר־פּראָיעקט‟.