פֿאַר וואָס זענען דאָ ווייניק אַלטייִדישע כּתבֿ־ידן?

Why Are There Few Manuscripts in Old Yiddish?

אַן אילומינאַציע פֿון דער „ווענצלס־ביבל‟, די עלטסטע דײַטשע איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך, פֿון סוף 14טן יאָרהונדערט
אַן אילומינאַציע פֿון דער „ווענצלס־ביבל‟, די עלטסטע דײַטשע איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך, פֿון סוף 14טן יאָרהונדערט

פֿון לייזער בורקאָ

Published May 04, 2016, issue of May 27, 2016.

יעדער מענטש האָט זיך זײַנע משוגעתן. קינדווײַז האָט מען אַ סך משוגעתן, און זיי קומען אויף און פֿאַרגייען גיכער ווי בײַ דערוואַקסענע. אין איין טאָג ווערט מען פֿאַרכאַפּט מיט אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם, דערנאָך מיט אַ ספּאָרט־מאַנשאַפֿט, אַ מוזיק־אַנסאַמבל, אַ נײַעם פֿילם, און אַזוי כּסדר אין משך פֿון די קינדער־יאָרן. דאָס זײַנען די אַזוי גערופֿענע „פֿאַזעס‟, וואָס יונגע מענטשן לעבן דורך און וואָס זייערע עלטערן לײַדן דערפֿון.

אָבער וואָס עלטער מע ווערט, אַלץ זעלטענער ווערט מען אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון עפּעס אָדער פֿון עמעצן. דערפֿאַר קען די פֿאַרכאַפּונג געדויערן אַ סך לענגער — אַ מאָל גענוג לאַנג, מע זאָל קענען פֿון דעם עפּעס מאַכן אַ גאַנצע קאַריערע, חתונה האָבן און שאַפֿן אַ משפּחה. אַזוי האָבן געטאָן אַ היפּשע צאָל שרײַבער און לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, וואָס אויב זיי מאַכן אַ לעבן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, דאַרפֿן זיי אפֿשר חתונה האָבן מיט איר אויך!

אָבער ס׳איז ניט כּדאַי זיך משדך צו זײַן מיט אַבי וואָסער אינטערעס: מיט אַ סך אינטערעסן איז בעסער בלויז צו פֿירן אַ קורצן ראָמאַן, אַ לינקע ליבע, בשעת דער הויפּט־אינטערעס, וואָס מע קען פֿאַרדינען דערפֿון, איז אַוועק צו שווער־און־שוויגער אויף יום־טובֿ. למשל, אַז מע האָט ליב צו שפּילן זיך אין קאָרטן, איז דאָס מסתּמא בעסער צו פֿאַרטרײַבן די צײַט מיט פֿרײַנד, איידער צו פֿאָרן קיין לאַס־וועגאַס און ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער קאָרטן־שפּילער.

איין אינטערעס אַזאַ, מיט וועלכן איך האָב געפֿירט אַ ליבע עטלעכע יאָר, אָבער געהאַט גענוג שׂכל זיך ניט צו פֿאַרבינדן מיט אים אויף אייביק, איז געווען צו מיטל־עלטערישע כּתבֿ־ידן און אילומינאַציעס. אין דער לאַנגער תּקופֿה פֿאַרן בוכדרוק, טויזנטער יאָרן, האָט די מענטשהייט בלויז געהאַט די ביכער (פֿריִער: מגילות), וואָס פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער פֿלעגן איבערשרײַבן מיט דער האַנט, מיט אַן ענלעכער שיטה, ווי אונדזערע ייִדישע סופֿרים, להבֿדיל, שרײַבן איבער אַ ספֿר־תּורה. פֿון דעם האָט זיך באַקומען, אַז אַ בוך האָט געקאָסט געוואַלדיק טײַער, ווײַל אויף יעדן איינעם האָט ערגעץ געדאַרפֿט האָרעווען אַ שרײַבער וואָכן און חדשים — אַפֿילו יאָרן. יעדעס בוך איז געווען אַ יחיד־במינו, מיט אַ ביסל אַן אַנדער אויסלייג און אינהאַלט ווי די אַלע אַנדערע קאָפּיעס.

עס פֿאַרשטייט זיך, אַז עס זײַנען געווען פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון כּתבֿ־ידן — בעסערע קאָפּיעס, און ערגערע. פֿאַרן גבֿיר האָט דער שרײַבער צוגעגרייט אַ ריינע קאָפּיע אין אַ פּערלדיקן כּתבֿ מיט קידוש־לבֿנה־אותיות, עס זאָל זײַן גרינגער צו לייענען. פֿאַרן אוניווערסיטעט־סטודענט, ווידער, האָט ער אָפּגעפֿאַרטיקט די קאָפּיע וואָס גיכער, אַזוי אַז בלויז מומחים אין דער מיטל־עלטערישער פּאַלעאָגראַפֿיע קענען דעשיפֿרירן די שריפֿט.

בײַ ייִדן האָט זיך אויך געפֿירט אַזוי: די ביכער פֿאַר די גבֿירים — אויף לשון־קודש — האָט מען געמאַכט שיינע קאָפּיעס אויף פֿעסטן פּאַרמעט, וואָס האָט זיך אָפֿט אויפֿגעהיט ביזן הײַנטיקן טאָג. די ביליקע ביכער פֿאַר די עמי־הארצים — אויף ייִדיש — האָט מען געמאַכט אויף שלעכט פּאַפּיר, וואָס האָט זיך באַלד צעקרישלט. דערפֿאַר האָבן מיר אַזוי ווייניק שריפֿטן אויף ייִדיש פֿון דער צײַט פֿאַרן בוכדרוק — דאָס הייסט, פֿאַר די ערשטע פֿינף הונדערט יאָר, וואָס ייִדן האָבן געלעבט אין אַשכּנז! אַ ייִדישער בריוו, וואָס האָט זיך אָפּגעפֿונען פֿון יענער תּקופֿה, איז הײַנט טײַערער פֿון גאָלד — און אַ סך טײַערער ווי די כּתבֿ־ידן אויף לשון־קודש, ווײַל לשון־קודשע האָבן מיר דווקא בשפֿע.

בײַ די אומות־העולם איז דער מצבֿ אַ בעסערער; ערשטנס, ווײַל אַ סך מער קריסטלעכע כּתבֿ־ידן האָבן זיך אויפֿגעהיט: קיין פּאָגראָמען און רדיפֿות האָבן זיי ניט געדאַרפֿט איבערלעבן. און צווייטנס, ווײַל די קריסטן האָבן געשריבן אַ סך מער אין זייער מוטערשפּראַך: זייער „לשון־קודש‟, לאַטײַן, האָבן זיי ניט געקענט אַזוי גוט, בדרך־כּלל, און אפֿשר דערפֿאַר האָבן זיי טײַערער געהאַלטן זייער גערעדטע שפּראַך. כּתבֿ־ידן אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, און דײַטש, למשל, קען מען כּמעט זאָגן, אַז זיי וואַלגערן זיך אונטער די פֿיס.