טעזיס וועגן ייִדישיסטן באַקומט אַן אויסצייכענונג

Thesis about Yiddishists Receives Award

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 04, 2016, issue of May 27, 2016.

דזשאַשואַ „שיקל‟ פֿרידמאַן
דזשאַשואַ „שיקל‟ פֿרידמאַן

דער יונגער אַנטראָפּאָלאָג דזשאַשואַ „שיקל‟ פֿרידמאַן איז ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. שוין פֿינף יאָר זעט מען ווי ער אָבסערווירט און אינטערוויויִרט די יונגע ייִדישיסטן אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟ אין גושן, ניו־יאָרק, ווי אויך בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס און אויף צײַטווײַליקע אונטערנעמונגען אַזוי ווי די „ייִדיש־וואָך‟.

לעצטנס, אַ דאַנק זײַן האָרעוואַניע, איז זײַן טעזיס — „ייִדיש קומט צוריק: שפּראַך, צווישן־דורותדיקע מתּנות און ייִדישע איבערגעגעבנקייט‟, באַלוינט געוואָרן מיט איינער פֿון די ערשטע צוויי „אויסצייכענונגען אויפֿן נאָמען פֿון מײַקל בערנשטיין‟, וואָס אָנערקענט אויסערגעוויינטלעכע דיסערטאַציעס אויפֿן געביט פֿון ייִדישע לימודים בײַם „מישיגענער־אוניווערסיטעט‟.

אַַזוי ווי עס פֿירט זיך בײַ די אַנטראָפּאָלאָגן, האָט שיקל אָנטיילגענומען אין אַלע פּראָגראַמען וועלכע ער האָט אויסגעפֿאָרשט. פֿאַר די וואָס קענען גוט די ייִדישיסטישע סבֿיבה, איז זײַן טעזיס אַן אינטערעסאַנטע אָפּשפּיגלונג פֿון דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט, ניט בלויז צוליב זײַנע אויספֿירן, נאָר אויך ווײַל מע קען אַ מאָל דערקענען וועגן וועמען עס גייט די רייד (אַלע נעמען פֿון די „אינפֿאָרמאַנטן‟ אין פֿישלס פֿאָרש־אַרבעטן טראָגן, פֿאַרשטייט זיך, פּסעוודאָנימען).

פֿישל האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו פֿאַרן „פֿרענקל־צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים‟, אַז ער איז געווען פֿאַראינטערעסירט צו זען, ווי אַזוי די פֿאַרלאַנגען פֿון די, וועלכע שטיצן אונטער די קולטורעלע פּראָגראַמען האָבן משפּיע געווען אויף די אומשטענדן פֿון ייִדיש און דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע.

„די ענדערונגען, וואָס קומען איצט פֿאָר אין דער וועלט פֿון ייִדיש דינען ווי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון די סאָציאַלע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע פּראָצעסן, וואָס דריקן אויפֿן סאַמע־האַרץ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן,‟ האָט פֿישל דערקלערט.

אויף דער „קאָנפֿערענץ פֿון אַמעריקאַנער ייִדישע שטודיעס‟ אין באָסטאָן, אין 2013, האָט פֿישל, למשל, דערקלערט ווי אַזוי דער צוגאַנג פֿון „עפּיזאָדישער קולטור‟, דאָס הייסט, דאָס איבערגעבן אַ קולטורעלע איבערלעבונג במשך פֿון אַ קורצן און באַשטימטן צײַט־אָפּשניט, האָט משפּיע געווען אויף דער זומער־פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. שיקל האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז צוליב דעם וואָס די יונגע־לײַט לערנען זיך ניט קיין ייִדיש אין דער היים, פּרובירט דער „ביכער־צענטער‟, כאָטש צײַטווײַליק, איבערצונעמען די ראָלע פֿון איבערגעבן די קולטור, וואָס ווערט ניט נאַטירלעך טראַנסמיטירט אין דער קהילה.

אַזוי ווי אין די ייִדישע זומער־לאַגערן, וואָס לערנען העברעיִש, און אויף דער „ייִדיש־פֿאַרם‟, קען מען צוליב עקאָנאָמישע סיבות נאָר לערנען במשך פֿון אַ קורצער צײַט. די עקזיסטענץ פֿון אַזעלכע „עפּיזאָדישע קולטורעלע פּראָגראַמען‟ זענען אָפּהענגיק אין די אינטערעסן פֿון די מנדבֿים, וואָס באַציִען זיך צו ייִדיש אַזוי ווי צו אַנדערע וווילטעטיקע צוועקן, ווי, למשל, דאָס העלפֿן קינדער אין אַן אָרעם לאַנד אָדער דאָס רייניקן אַ פֿאַרפּעסטיקטן טײַך.

אין אַ קורצן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟ דורך „פֿייסבוק‟, האָט שיקל דערקלערט, אַז „ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו אַרבעטן מיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין די ייִדישיסטישע סבֿיבֿות, און מיט די יונגע דורות פֿון ייִדישע קולטור־טוערס.‟ וועגן דער אַנדערשקייט פֿון זײַן צוגאַנג צו דער ייִדיש־פֿאָרשונג האָט פֿישל דערקלערט אַז „ס׳רובֿ ייִדישע אַקאַדעמיקער אַרבעטן הײַנט צו טאָג פֿון אַ היסטאָרישן, לינגוויסטישן אָדער ליטעראַרישן הינטערגרונט. איך האָף, אַז אַן אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרש־אַרבעט קען צוגעבן אַ נײַעם בליק אויף דער וועלט פֿון ייִדיש.‟

די פּרעמיע בײַם „מישיגענער אוניווערסיטעט‟ טראָגט דעם נאָמען פֿונעם יונגן נאַצי־יעגער מײַקל בערנשטיין ז׳׳ל, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען צו 36 יאָר אין דעם טרויעריק־באַרימטן 1988־אויפֿרײַס פֿונעם עראָפּלאַן „פּען־עם 103‟ איבער לאָקערבי, שאָטלאַנד.