מײַנע פֿיר רעדאַקטאָרן אין „פֿאָרווערטס‟

My Four Editors at the Forward

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 05, 2016, issue of May 27, 2016.

ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען איך זאָג אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן פֿאָרווערטס קריג איך צוויי אָפּרופֿן. איינער פֿון זיי איז:

„נישט צום גלייבן, דער פֿאָרווערטס עקזיסטירט נאָך?‟

אָדער: „איך געדענק נאָך ווען מײַנע עלטערן האָבן געלייענט דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג.‟

און ווען איך שטעל זיי די פֿראַגע: „נו, און וואָס איז מכּוח אײַך? איר לייענט דעם פֿאָרווערטס?‟ קוקן זיי מיך אָן ווי איינער זאָגט: „וואָס טוט זיך מיט אײַך? איך קען נישט לייענען קיין וואָרט ייִדיש, און אַז איך האָב אַמאָל יאָ עפּעס געקענט, האָב איך שוין אַלץ פֿאַרגעסן.‟

הייסט עס, אַז די „אַלצהײַמער‟־קרענק האָט קודם אָנגעגריפֿן די ייִדיש־קענער.

דער אמת איז, אַז דער „פֿאָרווערטס‟ עקזיסטירט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג, כּן ירבו. ס׳איז די עלטסטע ייִדישע צײַטונג אין אַמעריקע.

מיט יאָרן צוריק איז די ערשטע, הויכע „פֿאָרווערטס‟־געבײַדע געשטאַנען אויף 175 איסט בראָדוויי, אין האַרץ פֿון דער „לאָוער איסט סײַד‟. דאָס, זאָלט איר וויסן זײַן, איז געווען אַ בכּבֿודיקער אַדרעס. דער בנין האָט זיך געפֿונען אין דער לעבעדיקסטער ייִדישער געגנט, אַרומגערינגלט מיטן ייִדישן אימיגראַנטן־לעבן, מיט איר גאַנצן רוך און שוווּנג פֿון האַנדל־וואַנדל.

איסט בראָדוויי האָט דעמאָלט געהויזט אַ שלל מיט טעגלעכע ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי: „דער מאָרגן זשורנאַל‟, „דער טאָג‟, „די פֿרײַהײַט‟, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישע זשורנאַלן און ייִדישע ביכער־פֿאַרלאַגן.

אין ווינקל גאַס פֿון איסט־בראָדוויי און קאַנאַל־סטריט, האָט זיך געפֿונען די באַרימטע קאַפֿעטעריע, וווּ עס האָט זיך געזאַמלט די סמעטענע פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט, קונסט און בינע, צו כאַפּן אַ ביס מיטאָגצײַט און אין צווישן — כאַפּן אַ שמועס, קלאָגן זיך אויפֿן רעדאַקטאָר, רעדן, באַרעדן און זיך אַראָפּרעדן אַ שטיין פֿון האַרץ.

דער ערשטער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס איז געווען דער עלעגאַנט געקליידטער אַב כּהן. פֿון וווּקס מיט אַ קאָפּ נידעריקער פֿון זײַנע שרײַבער, איז ער אָבער געשטאַנען בײַם רודער און נאַוויגירט זײַן שיף פֿאָרויס אין דער ריכטונג פֿון אַסימילאַציע און אַמעריקאַניזאַציע.

די סאַמע ערשטע זונטיקדיקע אויסגאַבע איז אַרויס דעם צווייטן מײַ, 1897, ווו אַב כּהן האָט זיך געוואָנדן צו זײַנע לייענער בזה הלשון: „נישט געקוקט אויף דעם וואָס אונדזער צײַטונג איז געשריבן אין ׳זשאַרגאָן׳, איז אונדזער ציל צו העלפֿן אונדזערע לייענער צו ווערן וואָס שנעלער אַמעריקאַניזירט און אַסימילירט אין בעסטן זין פֿון וואָרט.‟