ייִוואָ־ייִדיש קלאַוויאַטור איז שוין דאָ אין „אַפּ‟־קראָם

YIVO Yiddish Keyboard Now Available at the App Store

באַרבאַראַ (חנהלע) שמוצלער, רעכטס, און מאַריסע אילנה דזשײמס ניצן די K-קלאַוויאַטור יעדן טאָג, ווען זיי טעקסטלען זיך איבער
באַרבאַראַ (חנהלע) שמוצלער, רעכטס, און מאַריסע אילנה דזשײמס ניצן די K-קלאַוויאַטור יעדן טאָג, ווען זיי טעקסטלען זיך איבער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 05, 2016, issue of May 27, 2016.

נאָך מער ווי אַ יאָר פֿון פּראָבעס און אויסבעסערונגען, איז די ייִוואָ־ייִדיש קלאַוויאַטור פֿאַרן „אײַ־פֿאָון‟ און „אײַ־פּעד‟, סוף־כּל־סוף, בנימצא אינעם „אַפּ‟־קראָם (App Store). ווער ס׳וויל קען עס אַראָפּלאָדן פֿרײַ פֿון אָפּצאָל (זעט אינסטרוקציעס אונטן).

די קלאַוויאַטור, וואָס הייסט YiddishK, איז די המצאה פֿון לאַרי (לייבל מיכאל) קיי, אַן „אַפּ‟־אַנטוויקלער, וואָס האָט זיך באַקענט מיט ייִדיש ווי אַ זינגער אין עטלעכע ייִדישע כאָרן, און האָט דערנאָך גענומען אַ ריי ייִדיש־קלאַסן דורך דער אינטערנעץ.

במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן 14 ייִדיש־קענער געדינט ווי די אויספּרוּווער פֿון דער קלאַוויאַטור. ניצנדיק עס כּסדר פֿאַר זייערע ייִדישע מעלדונגען און בריוולעך אויף דער אינטערנעץ, איז זייער אויפֿגאַבע געווען צו לאָזן לערי וויסן, ווען זיי האָבן געטראָפֿן אַ פּראָבלעם ווי, למשל, אַז די קלאַמערן זענען אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג. נאָך דעם ווי לערי האָט פֿאַרריכט אַלע טעותן, האָט ער עס אָנגעגעבן דער פֿירמע Apple, און ס׳איז אַרײַנגענומען געוואָרן אינעם „אַפּ‟־קראָם.

YiddishK ניצט דעם זעלבן סדר אותיות ווי די אַמאָליקע ייִדישע שרײַבמאַשינקעס און ווי די העברעיִשע קלאַוויאַטור, וואָס ווערט באַניצט עד־היום אין ישׂראל, אָבער נעמט אויך אַרײַן אַלע דיאַקריטישע צייכנס פֿונעם ייִוואָ־אויסלייג.

„די נײַע קלאַוויאַטור איז זייער באַקוועם,‟ האָט איין באַניצער, באַרבאַראַ (חנהלע) שמוצלער, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. חנהלע, אַ פֿאַגאָט־שפּילערין, וואָס האָט מער ווי 20 יאָר געשפּילט מיטן ירושלימער סימפֿאָנישן אָרקעסטער און וווינט הײַנט אין וואַשינגטאָן־הײַטס, נ״י, לערנט זיך ייִדיש דורכן אָנלײַן־קלאַס פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ און ניצט די קלאַוויאַטור צו מאַכן די גראַמאַטישע געניטונגען און צו שרײַבן קורצע עסייען פֿאַרן קלאַס. זי „טעקסטלט‟ זיך אויך דורך מיט איר פֿרוי, מאַריסע אילנה דזשײמס, יעדן טאָג אויף ייִדיש, ניצנדיק YiddishK.

מאַריסע האָט אויך אַן אַנדער באַניץ דערפֿאַר: בײַם אָנשרײַבן אַ ייִדישן קאָמענטאַר אויף „פֿייסבוק‟, אָדער אויף Goodreads [אַן אינטערנעץ־זײַט, וווּ די באַטייליקטע דריקן אויס זייערע מיינונגען און רעקאָמענדאַציעס וועגן ביכער, וואָס זיי האָבן געלייענט] — בפֿרט איצט, ווען זי האַלט אין מיטן לייענען אַן אויטאָביאָגראַפֿיע אויף ייִדיש אָנגעשריבן פֿון דער ציוניסטישער פּעדאַגאָגין, פּועה ראַקאָווסקי.

נאַטאַניעל (נפֿתּלי) קאַנער, אַ שאַפֿער פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וואָס וווינט אין סטאַטען־אײַלאַנד, נ״י, האָט געזאָגט, אַז ער איז צופֿרידן וואָס ער קען איצט שרײַבן אויף ייִדיש אויף „פֿייסבוק‟, און „ס׳איז נישטאָ מער קיין ׳אויטאָ־קאָרעקט׳, וואָס בעסערט אויס מײַן טעקסט לויטן העברעיִשן אויסלייג‟. שאַראָן פּאָלאַק, אַ ניו־יאָרק געבוירענע שרײַבערין און פֿילמאָגראַף אין דיוון־ליי־בען, פֿראַנקרײַך, איז צופֿרידן וואָס „די ייִדיש־שריפֿט איז איצט צוטריטלעך דורך אַלע עלעקטראָנישע מיטלען, פּונקט אַזוי ווי די הויפּט־שפּראַכן‟.

דערווײַל האָט שוין לערי אָנגעהויבן קלערן וועגן דער צוקונפֿט. ער וויל שאַפֿן אַן „אויטאָ־קאָרעקט‟ אויף ייִדיש, וואָס זאָל אויטאָמאַטיש אויסבעסערן די אויסלייג־גרײַזן פֿונעם באַניצער, און וואָס זאָל אויך „פֿאָרלייגן‟ די ווערטער, וואָס דער באַניצער זוכט בײַם צונויפֿשטעלן אַ זאַץ (word prediction, בלע״ז).

„דערווײַל וואָלט די גרינגסטע זאַך אָבער געווען צו דערמעגלעכן, אַז יעדער קאָמפּיוטער־פּראָגראַם שאַפֿער, וואָס וויל פֿאַרבעסערן YiddishK, זאָל קענען אַליין בײַטן דעם קאָד, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל,‟ האָט לערי געזאָגט, און צוגעגעבן מיט אַ שמייכל: „אַוודאי, אין לעצטן סך־הכּל, וואָלט איך באַשלאָסן וועלכע בײַטן וועט מען אָננעמען, און וועלכע — נישט.‟


אינסטרוקציעס ווי אַראָפּצולאָדן YiddishK דורכן „אײַ־פֿאָון‟ אָדער „אײַ־פּעד‟:

1. Open ‘App Store’
2. Tap ‘Search’ on the bottom of the screen
3. You’ll see a ‘Search’ field on the top of the screen. Type ‘YiddishK’ (in English) in this field
4. You’ll see the name ‘yiddish - yiddish/hebrew keyboard’ appear below the search field. Tap it.
5. You’ll now see the App Store entry for the app. Tap ‘Get’ in the upper right corner. This triggers the download
6. Once the download is done, ‘Get’ will be replaced by ‘Open’. Tap that ‘Open’ button
7. You will see special instructions for installing the keyboard.  Follow them.
You can tap the button ‘Tap here to read this in Yiddish’ to read the special instructions in Yiddish.


Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.