ישׂראל־פּאַלעסטינער אויסשטעלונג בײַם ברוקלין־מוזיי

Israel-Palestine Exhibit at the Brooklyn Museum

באַזוכער אויף דער אויסשטעלונג „דאָס אָרט‟ (This Place)
Adi Mahalel
באַזוכער אויף דער אויסשטעלונג „דאָס אָרט‟ (This Place)

פֿון עדי מהלאל

Published May 06, 2016, issue of May 27, 2016.

פֿון פֿעברואַר ביז אָנהייב־יוני שטעלט דער ברוקלין־מוזיי (Brooklyn Museum) פֿאָר די אויסשטעלונג „דאָס אָרט‟ (This Place), אַ קאָלעקציע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ישׂראל און דעם מערבֿ־ברעג.

די אויסשטעלונג, אונטער דער קוראַטאָרשע שאַרלאָט קאָטאָן, נעמט אין זיך אַרײַן איבער 600 פֿאָטאָגראַפֿיעס אַראָפּגענומען פֿון צוועלף אָנערקענטע פֿאָטאָגראַפֿן איבער דער וועלט צווישן די יאָרן 2009־2012. זי איז שוין פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אין פּראָג, תּל־אָבֿיבֿ (בײַם תּל־אָבֿיבֿער מוזיי פֿון מײַ ביז סעפּטעמבער 2015), פּאַלם־ביטש, און איצטער האָט זי, סוף־כּל־סוף, געלאַנדט אין ניו־יאָרק.

מע קען דאָרט זען פּאָרטרעטן פֿון סעקולערע און פֿרומע ישׂראלים, פּאַלעסטינער, בעדויִנער, ייִדישע קאָלאָניסטן אויפֿן מערבֿ־ברעג וואָס שטרעבן צו לעבן ווי פּאַסטעכער אין די ביבילישע צײַטן, און אַ סך לאַנדשאַפֿטן, ווענט און געאָגראַפֿיע.

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4


דער דײַטשער פֿאָטאָגראַף טאָמאַס שטרוט (געבוירן אין 1954) האָט פֿאַרבראַכט אין דעם ראַיאָן זעקס מאָל צווישן די יאָרן 2009 און 2014. זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע „זוים פֿון ראַמאַלאַ‟ (2009) ווײַזט דעם שאַרפֿן קאָנטראַסט צווישן דער פּאַלעסטינער שטאָט און די ישׂראל־קאָלאָניעס וואָס רינגלען זיך אַרום איר. די ישׂראלים האָבן דאָרט זיך באַזעצט נישט צו לעבן בשלום מיט די אַראַבער, נאָר גיכער צו פֿאַרנעמען זייערע שטחים און אויפֿצובויען דאָרט שטעטלעך און דערפֿער נאָר פֿאַר ייִדן, אויף אַ פּריניציפּ פֿון סעפּעראַציע. דאָס בילד ברענגט אַ נאַקעטע ווירקלעכקייט אָן צו פֿיל קאָמפּליצירטע דערקלערונגען און ווערטער. דער אימאַזש פֿון די ווײַסע מאָדערנע הײַזער, וועלכע בײַסן אײַן און צעפּלעטשן די לאַנדשאַפֿט, גיט אַליין זייער גוט דאָס געפֿיל פֿון אַ פֿרעמדער אינוואַזיע, וואָס פֿירט זיך נישט אַזוי האַרמאָניש מיט איר סבֿיבֿה.

די פֿאָטאָגראַפֿיע „שפּראָץ טאָג‟ פֿון דעם קאַנאַדער פֿאָטאָגראַף דזשעף וואַל, באַשרײַבט אַ מידברדיקע סצענע פֿון שאַרפֿע קאָנטראַסטן. נאָענט צום אַפּאַראַט, שלאָפֿן אויפֿן גרונט עטלעכע בעדויִנער לעבן דעם איילבערטן־וועלדל, וווּ זיי אַרבעטן אין גאַנג פֿונעם טאָג. זייערע גופֿים זענען באַדעקט מיט קאָלירפֿולע גלאַנציקע קאָלדרעס. אין אַ שטאַרקער סתּירה צו אָט דעם אימאַזש, שטייען אין הינטערגרונט די גרויע בנינים פֿון אַ תּפֿיסה, וואָס רופֿן אַרויס שרעק אין דער סבֿיבֿה. דער מאָטיוו פֿון דיסהאַרמאָניע הערשט אויך איבערן אימאַזש.

פֿרעדעריק ברענער איז אַ פֿראַנצייזער פֿאָטאָגראַף, וואָס ספּעציאַליזירט זיך מיטן פֿאָטאָגראַפֿירן פֿרומע ייִדן. מע קען דאָרט, למשל, זען זײַן פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער משפּחה ווײַנפֿעלד (2009). די משפּחה באַשטייט פֿון צוועלף נפֿשות, און מע זעט זיי אַלע זיצן אַרום טיש: דער טאַטע, אָנגעטאָן מיט חסידישע קליידער, אַ שטרײַמל און אַ לאַנגער באָרד, זיצט אויף דעם רעכטן עק פֿונעם טיש, און דאָס ווײַב — אויף דעם לינקן. אין צווישן, זיצן צוויי ייִנגלעך פֿון ביידע זײַטן פֿונעם טאַטן, און די אַכט מיידעלעך פֿאַרנעמען בעצם ס’רובֿ פֿונעם בילד. טשיקאַווע איז אַ קוק צו געבן אויף די באַציִונגען צווישן דער מופֿתדיקער פֿרומער משפּחה מיט דער כּמעט אַריסטאָקראַטישער אַטמאָספֿער אַרום זיך, און די צוויי בוימל־מאָלערײַען לעבן זיי, וואָס באַשרײַבן די סאָרטן קלאַסישע פֿרומע געשטאַלטן. עס באַקומט זיך אַן אימאַזש פֿון אַ מין אייראָפּעיִשע אַריסטאָקראַטיע, געשליידערט מיט ייִדישער פֿרומקייט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.